אין די טעג שטעלט זיך ארויס אינטערסאנט בילד צווישען די צוויי סאטמארס בנוגע די מערכה קעגן ציונות.
ווי באקאנט דרייט זיך איבער דאס לאנד די לעצטע צוויי חדשים מיט א שרעקליכען רדיפת הדת אויף די ערליכע אידן אויף א שרעקליך פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און מען האלט אין איין הערן פון פרעמדע קרייזן, וואס סאטמאר איז בכלל נישט זייער טעיסט אז דער סאטמאר רב זי"ע (נישט דער בעל דברי יואל) איז געווען גערעכט, און געהאט א ווייטען בליק ווען ער האט געשריגען אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס א ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין א"י ה"י.
זונטאג פארטאגס - ווען דא איז געווען מוצש"ק - איז עס געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט ארעסטירט 6 אינגעלייטאין שפיץ פונעם משב"ק פון ירושלימער רב, ר' עמרם שפירא. ווי נאר רבינו שליט"א האט דאס געהערט האט אים דאס זייער שטארק וויי געטאן און ער האט געשפירט אז ער מוז זיך ערגעץ לאזן הערן דאס ווייטאג פון די ערליכע אידן און ווייזן אז ער פילט מיט זייער ווייטאג און איז גרייט צו טאן און העלפן מיט וואס אימער צו זיך צוריק שלאגן מיט די ציונים ימ"ש.
בשעת מעשה איז פארגעקומען אן ענגע מסיבה פאר נגידים ביים רבי'ן אין שטוב אין ביהמ"ד ברך משה, וואס איז פארופען געווארן דורך דעם געטרייען משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א טאקע לטובת כולל יטב לב אין ארצינו הקדושה, דער מקום וואו עס האלטן זיך אויף די הייפעלע ערליכע אידן וואס ווערן נישט נאך געשלעפט נאכן ציוניסטישן שמעלץ טאפ,און ביי דעם געלעגענהייט האט זיך רבינו שליט"א אויסגערעדט וואס די ערליכע אידן מאכן מיט אין א"י אויף א שרעקליכן פארנעם, און ספעציעל איבער די שרעקליכע ידיעה וואס ער האט יעצט באקומען פון ירושלים איבער די ארעסט פון ר' עמרם. דער רבי האט קלאר געשטעלט אז מיר אידן דא אין אמעריקע וועלן נישט זיצען מיט פארלייגטע הענט נאר מיר איינמלייגן וועלטן מיט אלעם וואס נאר מעגליך זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה.
די פאר אמת'ע אין שטארקע דיבורים האט רבינו שליט"א געזאגט מוצש"ק פאר א ענגער ציבור אין א קליין בית המדרש'ל אויף 550 בעדפארד עוו. אויפן זעלבן מקום ווי דער אלטער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט לאזן הערן זיינע הייליגע דיבורים בשעתם, און די ווערטער פון רבינו שליט"א האט אפגעקלונגען אין די גאנצע וועלט, און אפילו אין אלע ציניסטישע צייטונגען, טעלעוויזיע און ראדיא אז דער סאטמאר רבי זאגט אז ער גייט נישט שווייגן אין גרייט זיך אויף א מאסן דעמאסטראציע אויסשרייען די וויי געשריי פון די ערליכע אידן. ( דאס איז שוין נאך דעם ווי די בעלזא - וואס לעבן גוט מיט די פרייע - האבן פארלייגט וועלטן אז מען זאל דערשטיקן דעם סאטמאר רבין'ס ווערטער, נאך וואס דער רבי האט שארך אראפגעריסן די פארלאפענע וואך ביים דינער אין קרית יואל זייער פאלטשע השקפה.)
אפגעזען אז עס האט געהאט א גרויסען השפעה אויף די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וואס האבן געפילט אז זיי צוען איבער דאס שטריקל, און דער ציניסטישער שופט האט ארויסגעלאזט ר' עמרם גענצליך פריי מכלומרשט אז עס איז נישט דא גענוג באווייז (כאילו עס איז זיי געווען אמאל א פראבלעם מיט באווייז...)
עכ"פ, דאס איז געשען אין די זעלבע צייט וועט 3 וואכן צוריק, ביום כ"א כסלו ווען ביידע סאטמאר'ס האבן געמאכט דעם יערליכען גרויסע צוזאמקום, און ביי די ארונים האט דער פירער זייערער דערקלערט פאר זיינע טויזענטער צוהערער (נאכן הערן וואס דער ברודער האט שוין געזאגט) "אז מען טאר נישט אראפרייסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא אזוי ווי די פרומע ציונים טוען".
גלייך דערנאך האט מען איינגעשפאנט די גאנצע אמעריקאנע מידיע מיט א פרעס ריליעס, אלעס כדי צו איבערצייגען פאר די קעלבער אז די וועלט שאקעלט זיך מיט זייער שטריק ווען אין פאקט איז נאך אזא באמבע נייעס - ווי דער בלאט האט דאס אראפגעלייגט - האט מען פון קיין פרעזידענט נישט געהערט וואס ער זאגט דערצו, און אפילו פון די ציונים איז קיין ווארט נישט געהערט געווארן (אפילו ביי דעם באזוך פון דעם פרומען ציוני, און שטענדיגער מתגרה באומות, דוב הייקינד, יענע וואך אין זייער 13 הופפער צענטראל).
ווידעראמאל יעצט ביים ארעסטירן די 6 אידן הערט מען פון דעם ארוישע לאגער בלויז דעם ציוניסטישען קאלבישן סלאגאן אז די ארעסט איז וועגן כשרן געלט.... מען דארף נישט איינטיילן די פרייע.... געלע לאטעס איז צו משוגע.... וכדומה. מען זינגט דעם זעלבן ניגון ווי די משכילים פון בעלזא ודומיהן וואס שטאפן זיך אן מיט געלט פון די טריפה'נע מדינה. צו דער זעלבער צייט נופש'ט דער שטריק אין פאלם ספרינגס מיט א זעלטענעם רואיגקייט, אזוי וועט ער קענען גיין באזוכען דעם בעלזער מיטן קלויזנבורגער ווען ער וועט פארן שוואוילטאגן שבת שקלים אין ארץ ישראל, על אפם וחמתם פון זיין וויזניצער שוואגער ר' ישראל און חיים הערש מייזליש, און מ'וועט זאגן אז דאס איז דער רבי וואס שטעלט זיך נישט צו צו די קיצונים עפ"ל, און שטיצט נישט די "געלע לאטע" קנאים.
דא שטעלט זיך ארויס צום וויפילטן מאל ווער עס מיינט פראפאגאנדע אין ווער עס מיינט עס אמת'דיג!