די אומרוען וואס די חרדים פירן דורך אין ירושלים און בית שמש זענען גועל נפש. פוי!!!
פון וועם האבן זיי זיך דאס אויסגעלערנט?
מיינע רבי'ס אין חדר האבן מיר אלעמאל אויסגעלערנט אז הקול קול יעקב והידים ידי עשיו. מיינע רבי'ס האבן מיר אלעמאל געזאגט אז די ציוניסטישע פאליציי ימח שמם פייניגן די אידן אין ירושלים אבער די אידן אין ירושלים זענען וואוילע אומשולדיגע שעפעלעך. עס איז א וואן וועי סטריט. די ציוניסטן שלאגן און די פרומע אידן כאפן.
יא יא, דאס האט מען אונז געקענט איינרעדן פאר די עידזש פון יו טוב. היינט זע מיר אונז זייער גוט וואס דארט טוט זיך. עס זענען פארהאן טויזנטער ערליכע אידן, יראים לה', וועלכע זענען מחנך זייערע קינדער ע"פ שיטת הויואל משה זי"ע.
דערנאך זענען פארהאן א קומץ חרדישע אידן וועלכע צינדן אונטער גארבידזש קענס, שיסן אויס פענסטערס, בלאקן באסעס, ספרעיען גראפיטי, שפייען און שרייען, שרייען אויף שוטרים (וואס האבן ליידער באקומען א פרייען חינוך) "נאציס" און אנדערע קללות נמרצות. פארוואס? ווייל זיי פראבירן צו האלטן אביסל סדר און אוועקשטופן יונגעלייט וואס בלאקן באסעס (נישט קיין טראקטארס וואס גראבן קברים) און לאזן זיי נישט פארן. (אויף די באסעס זיצן געווענליך חרדישע אידן וועלכע יאגן זיך אין כולל, אין ישיבה, אין חדר, אדער צו די ארבעט, אבער צוליב די ווייעלענס קענען זיי נישט אנקומען וואו זיי ווילן) אדער ווי למשל היינט ווען חרדישע מטורפים האבן אויסגעגאסן אויל אויף די גאסן כדי צו שאפן עקסידענטס.
רבותי, עס זענען דא היינט ב"ה גרויסע תשובה באוועגינגען וואס זענען מקרב אזויפיל אידן לאבינו שבשמים. די אלע פירערס פין די תשובה באוועגינגען זאגן אז דער גרעסטער חורבן פאר זיי זענען די חרדישע אידן פון ירושלים און בית שמש וועלכע פירן זיך אויף ווי פרעים. פרייע אידן קוקן זיך צו צו די זעלבע בילדער וואס מיר זעען און זיי זאגן, "הזאת נעמי? פארדעם קען איך שוין בלייבן א חילוני. אויב וויל איך ווייאלענס וועל איך ענדערש גיין צו א רעסלינג מעטש"
גענוג איז גענוג!
אונז האט מען געלערנט אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום. איך וויל בשום אופן נישט אז מיינע קינדער זאלן זען בילדער ווי אידן פירן זיך אויף אזוי ווי די שווארצע ביי ראיאטן אין הארלעם און זיי זאלן מיינען אז דאס איז דער תורה וועג.
דער תורה וועג איז נאכאמאל, הקול קול יעקב.
חרדישע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען אריבער ביטערע רדיפות אין די יעצטיגע וואכן פון די לינקע פושעים. מען רודפט חרדישע אידן איבעראל אין ארץ ישראל און נישט נאר אין מאה שערים און בית שמש. דורכ'ן מאכן ווייאלענס געבן די חרדים פון מאה שערים און בית שמש א תירוץ פאר די לינקע ימ"ש, פארוואס זיי זאלן קענען ווייטער העצן און דורכפירן אטאקעס אויף פרומע אידן.
חרדישע יודן מאכן מיט ביטערע רדיפות איבעראל, קומט א שוטה פון א יונגערמאן און זאגט אויף טעלעוויזשאן אז חרדישע יודן שטיצן אטאקעס אויף זיבן יעריגע מיידלעך און אזוי דארף מען טאן. די לינקע זענען זיך מחי' מיט אזעלכע סטעיטמענטס. עס גיט זיי שטאף צו קענען ווייטער פייניגן "אלע" חרדישע אידן.
אונז מיז מיר זיך אפשאקלען פון די אלימות איינמאל פאר אלעמאל! נישט אין אונזער נאמען!
תוקן על ידי אייזיל ב- 15/01/2012 23:28:03
