היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סקוואדראן טראכט שוין פון לויפן העכער

סקוואדראן טראכט שוין פון לויפן העכער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2937580

פאנדיט » 13/1/2012 21:06

ער טרייבט שוין אויף געלט פאר א פובליק אדוואקאט אדער בארא פרעזידענט פארמעסט

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/williamsburgs-squadron-eying-borough-or.html

פאנדיט » 19/1/2012 02:01

קאונסיל-פרוי דזשעימס, הייסט עס, האט אויך אן אויג אויף פובליק אדוואקאט, טראץ וואס זי האט דערווייל נישט דאס געלט וואס סקווארדאן האט. אויב זי לויפט טאקע וועט עס מאכן אביסל קאפ ווייטאג פאר די וויליאמסבורגער עסקנים.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/rechhia-is-possible-comptroller.html

פאנדיט » 3/2/2012 19:09

אין אנדערע וויליאמסבורגער לאקאלע פאליטישע נייעס, שורה'ן זיך שוין אויך די קאנדידאטן צו לויפן פאר דיענע ריינעס זיץ קומענדיגעס יאר. זי פארטרעט א קאונסיל זיץ וואס נעמט אריין געוויסע גאסן אין די סאוטס און בראדוועי.

וויטא לאפעז האט איר פאריגעס מאל פרובירט אראפצואווארפן, און די קאנדידאט וואס ער האט געשטעלט גייט איצט נאכאמאל לויפן. ריינע איז א געוועזענע געהילף צו וויטא אבער היינט זענען דם שונאים, און זי געהערט צו די אנטי-וויטא גרופע אין וועלכע לינקאלן רעסטלער געפונט זיך.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/williamsburg-lining-up-for-diana-reynas.html

פאנדיט » 12/2/2012 22:39

פאנדיט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קאונסיל-פרוי דזשעימס, הייסט עס, האט אויך אן אויג אויף פובליק אדוואקאט, טראץ וואס זי האט דערווייל נישט דאס געלט וואס סקווארדאן האט. אויב זי לויפט טאקע וועט עס מאכן אביסל קאפ ווייטאג פאר די וויליאמסבורגער עסקנים.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/rechhia-is-possible-comptroller.html


עריק עדעמס איז שוין אפיציעל אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט. אויב די אנדערע צוויי לויפן אויך, וועל מיר האבן דריי פאליטיקאנטן וואס זענען גאר היימיש מיט חסיד'ישן ציבור.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/radar-fidler-self-beaten-dilan-attacked.html

פאנדיט » 21/2/2012 21:10

די ווארלד טרעיד צענטער שטח איז ביז היינט געווען אין סטעיט סענאטאר סקוואדראן'ס דיסטריקט. לויט די נייע מאפעס וועס עס אפגעטיילט ווערן און ארויספאלן פון זיין דיסטריקט. עס איז אן ארט וואס פאליטישאנס זוכן שטארק צו פארטרעטן.

זע http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/squadron-to-lose-wtc.html