היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קרית יואל קאנגרעס דיסטריקט וועט ווידער ווידער האבן א היציגן ...

קרית יואל קאנגרעס דיסטריקט וועט ווידער ווידער האבן א היציגן ...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2937463

פאנדיט » 13/1/2012 00:54

קרית יואל קאנגרעס דיסטריקט וועט ווידער ווידער האבן א היציגן פארמעסט היי-יאר
די נייע רעפובליקאנער קאנגרעס פרוי וואס רעפרעזענטירט קרית יואל, נען העיווארט, שטייט אויס א שווערן פארזוך פון די דעמאקראטן איר צו באזיגן. איינער פון אירע מעגליכע דעמאקראטישע קעגנער ברענגט די וואך אריין בארני פרענקס צו שנארן געלט איר ארויסצוזען.

רעפובליקאנער האבן איר געגעבן אפצוענטפערן אבאמא'ס ראדיא דרשה פאריגע וואך, אבער איר דיסטריקט ווערט מער דעמאקראטיש נאך רעדיסטריקטינג. זע דא דעם פולן באריכט

פאנדיט » 17/1/2012 20:36

א דריטער קאנדידאט איז אריינגעשפרינגען - א מעיאר פון אראנדזש קאונטי, טאקסעדא. אפשר קען שוין ר' אברהם ווידער אויך אריינטאנצן?

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/another-democrat-for-hayworths-seat.html

פאנדיט » 3/2/2012 01:48

עס זענען שוין דא פיר דערקלערטע קאנדידאטן, און א פינפטער - דער גאסן פעדלער וועלכער האט גערופן פאליציי צום טיימס סקווער באמבאדירער - האלט אויך ביים אריינשפרינגען אין א פריימערי צו לויפן קעגן העיווארט.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/hayworth-way-ahead-in-funds-5-fight-to.html