בארא פארק - אינטענסיווע באפארברייטונגען קומען פאר אין די וואכן צו די הערליכע מעמד התחדשות המוסדות אין ב"פ בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.
די מוסדות זעלבסט האבן זיך אין איר קורצע עגזיסטענץ ארויסגעשטעלט אלס א געוואלדיגער הצלחה טראצדעם וואס דער ציבור האט געקוקט מיט זארג פאר איר הצלחה. די עלטערן דריקן זיך אויס מיט געוואלדיגע צופרידענהייט זאגענדיג אז עס איז א פלא אז א פרישע מוסד זאל ב"ה ווערן געפירט כאילו די פארוואלטונג האט שוין צענדליגע יארן ערפארונג.
עס איז מערקווירדיג אז ב"פ וועלכע איז צוליב געוויסע סיבות געווען פון די לעצטע שטעט צווישן די סאטמארע קהלות צו מאכן א חלוקה, און טראצדעם האבן די מוסדות אנגעהויבן די לערען יאר מיט מער תלמידים ותלמידות פון סיי וועלכע פרישע מוסד.
בלויז אין די טעג אליינס קומען צו פרישע 45 תלמידים ותלמידות אין די 2 פרישע קלאסן וואס ווערן די טעג צוגעלייגט, דאס ברענגן די מספר התלמידים צו א קרוב צו 200 כ"י.
די הנהלה פארשפרעכט א זעלטן שיינעם מעמד, און וועלן באקאנט מאכן מער פרטים אין די קומענדיגע טעג און וואכן.