| דזשיגאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דעמאלס איז מענדעלע א אגודאי ווייל זיין זיידע איז דער וויזניצער רבי, דער יו"ר מועצת גדולי התורה פון די אגודה?
כבר היו לעולמים, דער זיידע איז טאקע א חשוב'ע איד לאויש"ט, דער אייניקל זיינער איז נאר נעבעך פארכאפט ביי די אהרונים, און די נעקסט סטעפ איז אפנעמען א מעדאל אין כנסת המינים. |
|
.
ווען זיין פאטער וואלט געווען אן אגודאי וואלט ער אוודאי אויך געווען. למעשה איז ער אבער אויפגעוואקסן אין א סאטמארע אטמאספערע, אין א ענווייראנמענט פון ויואל משה, און געלערנט אין סאטמארע חדר און סאטמארע ישיבה.
אבער דער יאקאבאוויטש איז זיכער א סאטמארער ווייל זיין פאטער איז נישט געווארן אויס.
אויסערדעם זעה איך אז דו שרייבט אז ער איז אריין אין כנסת המינים, קענסטו דאס באשטעטיגן אויסער מיט א בילד אין עפעס א שטיבל ווייסעך ווי?