ווי דער עולם האלט מיט די נייעס האבן זיך די פאליציי מיט די פרומע ציונים און אהרונים ארויסגעלאזט אין א העפטיגע מערכה קעגן די ירושלימער קנאים. די פאליציי האלטן אפ יעדן טאג ארעסטן, און די פרומע אטאקירן די קנאים מיט העסליכע דברי כפירה און מיטן ביליגן צונאמען "סקרוקים". די אהרונים האבן זיך כדרכם אויך צוגעשטעלט צום מה יפית טאנץ פון יענע קרייזן און זענען אויך פארנומען צו אטאקירן די קנאים יעדן טאג מיט פרישע פאבריקאציעס, און זיי האבן זיך פארענטפערט אז אפילו דער בי"ד פון די עדה החרדית שטיצט נישט די קנאים.
היינט האט אבער דער זייפן בלאז געפלאצט ווען דער בי"ד האט ארויסגעגעבן גאר א שטארקן בריוו לטובתם, און אפילו דער ראב"ד שליט"א איז אויך אונטערגעשריבן (פייוו בארא דו הערסט?), וואס האט אויפגערידערט ירושלים עיה"ק.
בייגעלייגט דער מכתב קודש:
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 09/01/2012 22:39:36
