היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סיקריקי ביי די ארבעט...

סיקריקי ביי די ארבעט...

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2936652

פאנדיט » 8/1/2012 22:38

דא קענט איר זען א ווידיא ווי אזוי מ'ארעסטירט א קנאי אין ירושלים, אויף קלאגעס פון שפייען, און שרייען זונה אויף א פרוי, און אטאקירן פאליציי

דער טעמבלעוויזיע רעפארטער, וועלכער באהאלט נישט זיין אומסימפאטיע צום אינגערמאן, זאגט אבער אז די ווידיא צייגט קלאר אז געשטויסן האט ער נישט, און עס איז א גרויסער ספק צי די אנדערע זאכן האבן די פאליציי יא געקענט מיטהאלטן.

קוקט אליין און זעט ווי אזוי אונזערע ברידער אין ארץ ישראל ווערן ארעסטירט, דראפענדיג זיך אויף גראדע ווענט.

אבער די אויפגעקלערטע פרומע שרייען קדוש קדוש קדוש אויף יעדע קלאגע וואס די פאלציי שמירן ארויף אויף א חרדי...

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/zealot-crime-caught-on-camera.html

FiveBoro » 8/1/2012 22:58

נאכן זעהן די קליפ, פארשטיי איך נישט פארוואס דער אדוואקאט איז מודה אז ער האט געשריגן.

זאג להד"ם און פארטיג. אפילו ער זאל ווען יא האבן געשריגן וואלטן די פאליציי אינעם קאר דאס קיינאמל נישט געקענט הערן! און די פרוי איז ניטאמאל א תובע דא.