תושבי קרית יואל זענען אצינד איינגעהילט אין פרייד פאר דעם גרויסע שבת קודש פרשת ויחי וואס רבינו שליט"א וועט וויילן דא אינעם שטעטל קרית יואל.
שוין א צירקע פון עטליכע יאר וואס די רבי פארט אויף שבת און ברענגט אריין גרויס חיזוק פאר די טויזענטער תושבי קרית יואל ווען עס קומען זיך צוזאם אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מיטהאלטן דעם געהויבענע שבת קודש.
די רבי שליט"א קומט היינט אן אינעם שטעטל, די תפילות און טישן וועלן בעז"ה פארקומען אינעם ביהמ"ד הגדול אויף גארפיעלד ראוד.
אין די זעלבע צייט גרייטן זיך די טויזענטער חסידים זיך מיטצופרייען שב"ק נאכן דאווענען ביי די קידושא רבה וואס וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל לרגל די געבורט פונעם רבי'ןס אייניקל ביי הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער חדב"ן, און זין פון הגה"צ אב"ד קרית רמ"א ב"ש, וחבר בד"ץ עדה החרידית.
די הויעכפונקט וועט זיין מוצאי שבת קודש ווען עס וועט געפראוועט ווערן די יערליכע דינער לטובת די מוסדות אין קרית יואל, עס איז צו ערווארטן אז די טויזענטער אנ"ש וועלן ארויסווייזן גרויס שטיצע און מחזק זיין די מוסדות מיטן געבן שיינע נדבות אזוי ארום ארויסהעלפן די הנהלת המודות אנצוגיין מיטן הייליגע ארבעט צו אויפהאלטן די מוסדות מיט אירע אריבער 2500 קינדערלעך בליעה"ר וכ"י.
יהא בואי לברכה.