עס איז א שאנדע אז אידן וואס פאררופן זיך מיטן נאמען סאטמאר, און זייער רבי פאררופט זיך אלס דער היינטיגער לוחם קעגן ציונות זאל האבן אין זייער אפיציעלער צייטונג די זעלבע קעפל ווי דעם גע'אסרטן אלגעמיינער דזשורנאל ה"י.
ווי באקאנט איז מוצאי שבת פארגעקומען א הפגנה און מעמד צאתכם לשלום פאר דעם מסירות נפש איד הרה"ח ר' שמואל ווייספיש הי"ו וועלכער איז געגאנגן שמאכטען אין תפיסה פאר צוויי יאר צייט צוליב א בלבול פון א געשעפט אייגענטומער פון א געמיינעם געשעפט אין ירושלים. דער הפגנה איז פאררופן געווארן דורך כ"ק הגאב"ד והראב"ד שליט"א און די חברי הביד"ץ שליט"א. אזוי אויך האט זיך דער גאון וגדול ראש ישיבת בריסק שליט"א זיך ספעציעל אנגעשטרענגט צו קומען פערזענליך צו די הפגנה ארויסצואווייזן שטיצע מיט דעם חשוב'ען אינגערמאן.
ביים עצרת האבן די עסקנים געוואלט ארויסנעמען מאקסימאלע פרעסע דעקונג האבן זיי אנגעטון פאר די באטייליגטע געלע לאטעס אלס צייכן פון די רדיפת וואס אידן האבן מיטגעמאכט אין דייטשלאנד צייטן און מאכן יעצט מיט פון רשעי ישראל אין ארץ ישראל. דער אקט האט אפגעקלונגן מיט א מעכטיגן קידוש השם ווען אפילו די וועלטס פרעסע האט ברייט געדעקט דעם סענזאציע.
פארשטייט זיך אז פאר די פרומע ציונים והנגררים אחריהם האט די זאך גאנץ ווייניג געשמעקט, און זענען ארויס מיט העסליכע אטאקעס קעגן די עדה החרדית און זייערע נאכפאלגער פארן מכלומרשט "עביוזען" דעם געלן לאטע, וועלכע איז לשיטתם בלויז מוקדש פאר די ציונים ימ"ש ווען זיי זענען זיך מתגרה באומות און פארלאנגן לאנד רעכט צוליב דעם ביטערן שואה רח"ל.
דער באקאנטער שמוציגער אלגעמיינער דזשורנאל האט ווי אלע פרומע ציונים מיאוס אראפגעריסן דעם אקט אויף זייער הויפט העדליין אין די וואכעדיגע צייטונג, ווי כאילו דאס איז דער איינציגסטער נייעס וואס שטייט יעצט אויפן סדר היום, נישט די הסתה קעגן אידן בכלל אין ארץ ישראל, נישט די רעפובליקאנער פריימערי וואלן, נאר בלויז די געלע לאטעס וואס די מוחים האבן אויף זיך אנגעטון מוצאי שבת.
און דער בלאט.. איז געגאנגן אין זייערע פוס טריט, און אויפן הויפט קעפל אראפגעריסן דעם אקט אויף א ליצנות'דיגן אז דאס האט געברענגט "בייז בלוט". זיי זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער מיטן באהאנדלן דעם אקט אין א עדיטאריעל און איר אראפמאלן כאילו דאס איז געטון געווארן בניגוד לרצונם פון די רבני העדה החרדית (וועלכע זענען אלע אנוועזנד געווען, און קיין ווארט נישט געזאגט דערקעגן, נאר אדרבא מעודד געווען די עסקנים אויף דעם שריט), און רייסן אראפ די קנאי ירושלים.
חסידי סאטמאר איבער די וועלט זעען איין מער און מער די הייליגע ווייטע אויגן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז אין די ערשטע מינוט פונעם גרינדונג פון דעם שמוץ בלאט ארויסגעקומען מיט א שארפן מכתב קודש אז מ'זאל דעם צייטונג נישט אריינעמען אין שטוב, און ווי א טאג עס גייט פארביי זעט מען מער און מער וואס דער רבי זי"ע דער ברך משה האט פאראויסגעזען.
ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר רח"ל!