דרשה 1#
מאת מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס
יום ה' פר' וישב [קודם שבת כ"א כסלו] תשס"ח לפ"ק
...ס'איז אָבער דאָ אַ עולם, באמת וואוילע בחורים, וואס זיי פרעגן אַ קשיא, אפשר אַז מען אָרגאַניזירט זיך, מען קומט זיך צוזאַם, דאָס איז נישט אפשר אזוי פּאַרטיי? מ'איז מחזק די פּאַרטיי...
טאָמער וויל מען נאָר אַ קהלה ווייל מען דאַרף אַ קהלה לשם קהלה, צו קענען ווייזן אַז מען האָט אַ גרויסן עולם, איז עס הבל הבלים...
ווען ס'איז נאָר אַ צוזאַמקום פון מענטשן אַז מען זאָל קענען ווייזן וואָסערע עולם מען האָט, איז עס הבל הבלים...
אַ טאג ווי כ"א כסלו, ס'איז בעתו ובזמנו, וואָס דער תכלית דערפון איז לחיזוק לתורה ולאמונה, לאָמיר אונז אויך אַזוי טון.
איין פּראָבלעם וואָס ווערט פאַר טייל [בחורים] מערערים איז אַ פּראָבלעם, "ווייל דער רבי וועט זיצן בראש". דאָס איז דער פּראָבלעם. "ס'וועט זיין צו אַ גרויסער חיזוק פאַר די רבי'סטעווע"...
"ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין די זאך!!!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש!!! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"!. ווען מען איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה...
מ'רייסט מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה [פון רבי'ן]?! ס'איז "לא איכפת ליה", ס'אינטערעסירט אים נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומ-אינטערעסע? נו וואָס זאָל איך טון, איך פרעג אַלץ די מענטשן, וואָס זאָל איך טון?...
יאָ, אָבער די זאַך, אַז ס'ווייזט לא איכפת, טאָמער איז יעדער בחור צופרידן צו דאַווענען אין זיין בונקער, אין זיין לאָך, אין זיין בית המדרש'ל דאָרט, וואו אימער אין וויליאַמסבורג, איך וויל נישט אויסרעכענען אַלע מיני שמות, און ער האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!".
מ'רייסט מיר דעם קאָפּ אַראָפּ, איז וואָס זאָל איך טון, זאג איך? איך דאַרף ווייטער רעדן וואָס מען דאַרף רעדן. פאַרקויפן נאַרישקייטן? פאַרקויפן שקרים וכזבים? וועלמיר פאַרקויפן דמיונות? פאַרקויפן פאַר'ן עולם "אנוכיות"? עגאאיזם? נאָכאַמאָל ווי גרויס מען איז, ווי הייליג מען איז, ווי מעכטיג מען איז, "ברבבותינו"?, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, כנוסח הגוים, וואָס מען האַלט אין איין פּראָפּאָגאַנדען ווי שטאַרק מען איז, ווי גרויס מען איז, דאָס איז נישט דער דרך ישראל סבא.
אָבער ס'איז אמת אַז ס'איז דאָ אַזאַ זאַך, ס'ליגט אָבער אַ טענה אין די מענטשן, אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע, וואס וועט זיין דער סוף??!! וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה? "ס'איז אמת די טענה"!!
*
כ'האָב שוין דערמאַנט, אז טאַטעס האָבן זיך מיר אָפּגערעדט, מען דאַרף רעדן פאַר די בחורים, פאַרוואָס פּראַוועט ער אַ שלש סעודות מיט די המוני עם? מיט די פּראָסטאַקעס! אין אַלע לעכער זיצט מען! מען שמועסט אָפּ דברים בטלים! מען האט זיך געטראָפן מיט די "פרענדס" און אָפּגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות! ס'ווערט דער זמן, מען כיפּערט אָפּ אַ מעריב, מען כאַפּט אַ ציגאַרעטל, אזוי ווי די פורקי... איך וויל נישט זאָגן פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם, אַרבעטס מענטשן וואָס האָבן נישט קיין ברעקל קאָפּ אויפ'ן פּלאַץ...
כמה וכמה עלטערן וואָס קרעכצן אויף דעם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האַלבע צרה. מען לויפט דאָך נישט לערנען!!! מען לויפט כאַפּן אַ ציגאַרעטל!! מען זאָל זיך צוזאַמקומען אין ביהמ"ד. ס'זאָל זיך צוזאַמקומען דער עולם ביי שלש סעודות, ברוב עם, אין רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד...
שלש סעודות וויל איך פּראַווען אינעם ראַדני ביהמ"ד וואס איז געווען דעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, צוזאַמען ברוב עם, ווי אַ גרעסערער ציבור, אַלץ אַ גרעסערער כבוד שמים.
אַז די עסקנים פילן יאָ, מען טוט וואָס מען דאַרף טון, דער ענין אַז די בחורים ווייזן אַרויס אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, אַ געוואַלדיגע זאַך, אַ געוואַלדיגער הכרת הטוב...
מען נוצט אַלץ דעם רבי'ן ז"ל אויסצושטעכן יענעם די אויגן...
ווער ס'דערהערט נישט וואָס כ'האָב מסביר געווען, וואָס די חשיבות איז יאָ צו זיין ביי שלש סעודות יעדע וואך אין ראַדני, קוקט אויס אז ער איז "אַ פּלעינער כפוי טובה", און ס'איז נישטאָ צו וועם צו רעדן.
*
ס'איז דא א תירוץ [ביי בחורים]: איך קען נישט שטיין ביי שלש סעודות. מען קוקט אויף מיר. ווער קוקט? פון וועמען האָט מען מורא? טוט אַ מענטש ריכטיג, דאַרף מען מורא האָבן פאַר בני אדם?
ווען מען קומט יאָ אַמאָל אין ביהמ"ד, יעדער פאַלט דאָך אַמאָל אַריין, אינדערוואָכן אָדער שבת, און ער שטייט מיט זיינע חברים און פּלוישט אַריין אינמיטן דאַווענען, אינמיטן קריאת התורה, און ערליכע אידן האַלטן עס נישט אויס, ס'טראָפּט זיי בלוט פון האַרץ, און ער קוקט אים אָן, דער בחור איז דאָך אַזאַ מין "בּאָם", ער קען אַריינרעדן אַ האַלבן דאַווענען שבת.
וואָס האָט מען דאָרט נישט מורא אַז מען קוקט אויף אים? נאָר ווען מ'שטייט און מען זינגט זמירות ביי שלש סעודות, צי מען הערט די תורה ביי שלש סעודות, דעמאָלטס האָט ער מורא אַז מען קוקט אויף אים?
*
(אינסטרוקציעס, וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן ביים "טיש":)
איך בעט דעם עולם, [מ'וועט עסן די וואך שבת מיט'ן רבי'ן אינאיינעם, מ'זאל] "זיצן מיט געדולד" ביים טיש, מען [דער רבי] וועט רעדן דברי תורה... "מען זאָל עס אויסהאַלטן"...[!!!] "מען וועט נישט מאריך זיין צו לאַנג"... "זיצן מיט געדולד", מיט דרך ארץ, ס'זאָל אַרויסקומען פון די מסיבה אַ ריבוי כבוד שמים...
די זעלבע זאַך איז מוצאי שבת [במעמד ההודאה]. ס'איז אַ כבוד הציבור, אַז דער ציבור דאָרט, בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאָכדעם, מען טאַנצט צוזאַמען, אַז ס'זאָל זיין אַן עולם, ווי מ'זאגט, אַז ס'זאָל אַרויסקומען אַ ריבוי כבוד שמים פונעם מוצאי שבת [דינער] אויכעט.
דרשה 2#
מאת מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס
יום ה' פר' תצוה [קודם ימי הפורים] תשס"ט לפ"ק