די פאלגענדע שטיקלעך צייטונגען זענען בליץ שנעל אריינגעשטעלט געווארן אין אלע איזראעלישע בלעטער לויט די קלארע הוראה פון דעם תולדות אהרן רבי'ן און די הנהלת הקהלה, מורא האבנדיג אז מ'זאל אים ח"ו נישט חושד זיין אז ער האלט אז מ'דארף צוריקשטעלן די צניעות טאוולען אין בית שמש. קוקט אינעם נוסח וואס די תולדות אהרן שטונקערס האבן איבערגעגעבן פאר'ן צייטונג, און צייגט אייך אליין איבער.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אפי' לו יהא ער האט טאקע גארנישט גערעדט דארטן קעגן די מלחמה אויפן טאוול, שטעלט זיך די קשיא וואס דארף ער שיקן זיינע מלחכי פינכא זאלן גיין דאס מכחיש זיין אין אלע צייטונגען. וואס איז דאס אויב נישט לעקערישע חנופה און ביליגע לקיקה פאר זיינע לינקע חברים.
און אויב דער שטיק טינופת שמואל חיים פאפנהיים האט נישט גערעדט בשמו, לאמיר זעהן וויאזוי תולדות אהרן שטעלט ארויס אפיציעל אז ער האט נישט גערעדט בשמו פון רבי'ן. און בכלל אויב תולדות אהרן רבי האלט אז מ'דארף לוחם זיין וועגן די טאוולען אויף צניעות פארוואס האט ער עס טאקע נישט געזאגט בייי זיין דרשה דארט ? און אויב האלט ער אז נישט דארף דאס טאקע דער ציבור וויסן.
ס'איז געקומען די צייט צו אויסשרייען הויעך און קלאר פאר די לעקערס פון תו"א: דער ציבור עקלט זיך פון אייך, אויך די אהרונים און אויך די זאלונים, אייער גאנצע קנאות איז מן השפה ולחוץ, דער גאנצער יצחק קירשנבוים איבער מירון איז געווען איין גרויסער שפיל, און והא ראיה, דער טאוול אין בית שמש איז על הכלל כולו יצא.