היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בית שמש פלאקערט: פרייע קעגן פרומע

בית שמש פלאקערט: פרייע קעגן פרומע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2934669

וויכטיג » 29/12/2011 20:01

יעצט ווען מיר זענען דורך די הייליגע חנוכה טעג ווי יעדעס קינד ווייסט אז ס'אזי געווען א מערכה צווישן די יוונים מיט די הילף פון די מתיוונים קעגן די ערליכע אידן וואס האבן מיט מסירות נפש זיך געהאלטן צו רצון ה', על של עתה באנו, בימים ההם בזמן, ס'שפילט זיך יעצט איבער אן ענליכע ענין אין די עיר ואם בישראל רמת בית שמש...

 ווער ס'האלט מיט אביסל ווי די פרייע פירן שוין א ביטערע שטילע און אזא שטילע קריג קעגן די פרומע וואס מערן זיך אין בית שמש ווי שוועמל נעבן ים, ציילנדיג היינט טויזנטער ערליכע פרומע משפחות כ"י פון אלע שיכטן און קרייזן, און זיי קענען דאס נישט אויסהאלטן, און הגם די פרומע האבן אויפגעבויט א געגנט פאר זיך, און זיך נישט אויסגעמישט מיט די לינקע און פארדארבענע, האבן זיי דעם פראבלעם וואס פרעה אין מצרים האט געווייטאגט, פן ירבה...

צו די פרייע שונאי הדת האט זיך צוגעשטעלט די פסולת פון כלל ישראל האלב פרייע און אינגאנצן מאדערנע, און ברענען די פיס פון די פרומע אויף טריט און שריט, זיי האבן אריינגעברענגט לעצטנס די פרייע פרעסע צו דעקן יעדע געשעעניש, און ווי באוואוסט זוכט די פרעסע צו באשמירן די חרדים ווי נאר מ'קען, און לעצטנס האט זיי צוגעשפילט אין די הענט א סצענע וואס זיי טענה'ן אז א אינגערמאן האט געשפיגן אויף א אכט יעריג מיידל וועלכע איז געגאנגען אין סקול, והעיר בית שמש מעלה שלהבת..

קליפ » 29/12/2011 20:14

* width="700" height="386"><*

קליפ » 29/12/2011 20:16

בארא » 29/12/2011 20:24

א אינטערסאנטער בריף אין בחדרי חדרים נייעס סייט,

 http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=36156

moshe613 » 29/12/2011 21:49

איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען פון די מעשה, אז נישט די נטורי קרתא האבן די פרייע פיינט, זיי האבן ארויסגעוויזען אז זיי האבן יעדן חרדי פיינט.

אפילו דוב הייקינד האט שוין געמוזט בעטען די ראש הממשלה ער זאל מאכן א סוף...

גינגריטש » 30/12/2011 16:54

קליפ, אפשר קענסטו עס פליז לייגען פאר דשעי נעט נוצערס אויכעט?

גינגריטש » 30/12/2011 17:05

נעכטען האבען זיי ארעסטירט א פרוי! די רשעים ציוניסטישע פאליס!

גינגריטש » 4/1/2012 20:04

אפאר נייע אטאקעס פון פרייע אנטקעגען פרומע ווערט ריפארטעד אין די היימישע פרעסע, די לינקע נייעס גלייכען נישט צו רעדען וועעגן דעם, ווי די איזרעלישע נייעסען און וואסאיז נייעס אדג.

גינוס » 5/1/2012 02:29

Police Vs Chasidim At clashes in Beit Shemesh

גינוס » 5/1/2012 02:33

דשעי נעט