האט אבער געהערשט א שטיל שוייגעניש אין די לעצטע תקופה זינט דעם פייערדיגן דברות קודש פונעם רבן של כל בני הגולה אין וואס גאר פרעמדע קרייזן האבן אויך מיטגעשטימט אז דאס מאל איז דער רבי גערעכט מהאט זיך אויפגעכאפט פון שלאף אין וואס הייקינד און עד קאטש האבן אריינגעלייט אלע אידן אין א סאדע באטעל און געשפריצט מיט אונז אויפן אמעריקאנעם פרעזידענט אן קיין שום אחריות ובפרט זענען די ווערטער פון רבין געווען זייער אויף א שכלדיגע וועג וואס דאס האט גורם געווען אז יעדער איד וואס האט א חלק אין די העצע זאל זיך שעמען פאר זיך אליינס אז ער איז אזוי אומאחריותדיג און קעגן די תורה אןן קעגן שכל
ויהי ממחרת הדברת קודש נאכן נישט הערן פון דוב הייקינד האט מען היינט פריש געהערט זיין נאמען און גאר אויף א פארקערטן ריכטונג ווי ער בעט דעם ראש ממשלת הכופרים זאל אפשטעלן די רדיפות קעגן חרדישע אידן דורך די מידיע נעצן אין ארץ ישראל בנוגע די צניעות ראלס פון די מהדרין באסעס וואס רידערט יעצט ארץ ישראל
יעצט קען מען אנאלזירן אויב ער וועט טאקע צוריקדרייען דעם רעדל אדער אפשר פרובירטער מיט דעם צוריקצובאקומען טראסט אין דעם ציבור און דערנאך מי יודע צו ער וועט ווייטער העצן? אלנפאלס איז עס א גרויסע דערגרייכונג ב"ה אז עכ"פ לעת עתה פרובירט ער זיין מזל אויף דעם זייט סטייטש אז דער מעסעדש קלינגט אים נאך אין די אויערן..
(הגם זיינע לשונות זעהען אויס היבש ציוניסטיש אבער פארט אנדערש וואס מהאט גהערט ביז היינט פון אים ווייל ווער סבאקאנט אין די ענדליכע ווי הייקינד זענען יעצט פארנומען טאקע קעגן חרדים אינאיינעם מיט די פרייע)
http://www.yiddishnayes.com/index.php?event=detail&blog_id=5781
תוקן על ידי גרוינים ב- 28/12/2011 22:45:50
