היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבנים: טרויבן זענען ווערעמיג!!

רבנים: טרויבן זענען ווערעמיג!!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2934099

כללטוער » 27/12/2011 20:01

שרעקעדיג, איך האב יעצט גערעדט צו א זון פון א גרויסע בעל מכשיר, ער זאגט אז מ'טשעקט און מ'טשעקט טרויבן, און ס'שטעלט זיך ארויס זייער א שרעקעדיגע בילד, אלע מיני טרויבן זענען געפאקט מיט ווערעם וואס קומט נישט אראפ מיט פשוט וואשן!! געוואלד, נישט סטראבעריס, נישט ראזינקעס, און יעצט טרויבן??

Ziskeit » 27/12/2011 23:41

וואס פארשטייסטו נישט? נאך אביסל וועט מען נישט טארן אטעמען לופט ווייל די מיקראסקאפן וועלן ווערן א דבר השווה לכל נפש און מען וועט קענען זען די מיקראבן וועלכע געפינען זיך אין די לופט.

אזוי גייט עס. וואס מער סאפיסטיקירט די וועלט ווערט אלץ מער ווערים זעען זיי. זאג זיי אז זיי זאלן טרעפן א דזשאב און לאזן כלל ישראל אנגיין ווייטער אזוי ווי זיי זענען אנגעגאנגען זינט מעמד הר סיני אן קיין שום מייקראסקאפן און פארגרעסערונג גלעזער.

גרוינים » 28/12/2011 21:11

שמעתי מרבני וועד הכשרות קרית יואל אז סאיז אן אלטע מעשה פון פארגאנגענעם זומער נאך און מהאט דעמאלץ אפגעמאכט אז סאיז ממש א מיעוט שבמעוטים און סטרעפט זיך גאר זעלטן און להלכה איז מען נישט מחיוב בודק צו זיין
אויף למעשה יעצט אז סזאל זיין ערגער ווייסט יענער נישט צוזאגן אויב יא איז א צריך עיון אבער מי אמר אז דער מציאות איז יעצט ערגער?


תוקן על ידי גרוינים ב- 28/12/2011 21:14:17

כללטוער » 29/12/2011 20:15

בעצופאל האב איך גערעדט היינט צופרי צו א חבר ועד משמרת הכשרות ד'סאטמאר, און ער האט געזאגט אז מ'איז ערנסט דן דערויף יעצט און מ'לאזט עס נישט נוצן אין די מוסדות, ס'איז ערנסטער ווי מ'האט געמיינט ביז יעצט, און ס'איז נישט מייקראסקאפיק, ס'איז געהעריגע ווערעם, לאמיר זען וואס וועט זיין .

וואלןסח » 1/1/2012 04:54

די וואך פרייטאג צו נאכטס ביים טיש האט די רבי נישט געגעסן פון טרויבן צוליב די חשש

געגאנגען » 1/1/2012 05:35

דער רבי האט אויך אנגערופן דעם וויליאמסבורגער רב אז ער זאל נישט נוצן קיין טרויבן דערווייל ביז עס ווערט מבורר פונקטליך

Ziskeit » 1/1/2012 06:26

מיר וועלן ווארטן ביז אן אנערקענטע כשרות ארג. מיט אנערקענטע רבנים, וועט ארויסקומען מיט א בירור איבער דעם ענין. ביז דעמאלט וועלן מיר עסן טרויבן אזוי ווי אידן אין אלע צייטן האבן געגעסן

פאמאגראנט » 1/1/2012 10:37

זיסקייט טאמיר די ווארטס אויף דעם דעמאלס וועסטו קענען עסן טרויבן א גאנץ לעבן רואיג

גאסט » 1/1/2012 18:05

ס'איז די לעצטע שטיק צייט ארויפגעברענגט געווארן א שאלה וואס צו טוען מיט טרויבן היות ס'האט ווערים אינדרויסן
דאנערשטאג נאכט איז דער וועד הכשרות דקיט"ל געזיצן דן געווען דערויף ביים רבי'ן אינדערהיים מען האט נאכנישט ג'פסק'ט אבער די מציאות האט שוין די רבי געזעהן און פארלאנגט אז מען זאל ביים טיש מער נישט געבן קיין טרויבן ביז מען זעהט נישט קיין עצה דערויף
נאכן בענטשן ביים פירות טיש ווען מען האט ארויפגעגעבן פירות האט מען אנגעפאנגן א זמר לכבוד שבת און דער רבי האט שטיל געמאכט און געזאגט איך וויל מען זאל וויסן אז טרויבן איז אונטער א שווערע חשש פין ווערים מען טוט יעצט דורך די נושא און אויף דערווייל וויל איך מען זאל וויסן אז סאיז נישט אזוי פשוט סאיז א חשש דאורייתא

משהלע » 1/1/2012 18:16

אזוי האט דער רבי געזאגט? די זאליס וועלן אצינד מקפיד זיין צו עסן טרויבן פאר פרישטיג מיטאג און נאכטמאל,

גרוינים » 1/1/2012 20:38

מהאט געהאט אריינגעברענגט טרויבן און דער רבי האט נישט געגעסן?

צו דער רבי האט געהייסן פאר דעם נישט צו געבן טרויבן?

סאטמארבילד » 2/1/2012 00:49

 
[בילד – נישט אפגעהיט]  
לאן נעלמו הענבים ב'טיש' של האדמו"ר מסאטמר?
את שולחנות הטיש של סאטמר פיארו לראשונה תפוחים כתחליף לענבים המסורתיים • הסיבה: מגיפת תולעים חדשה • האם תיאסר אכילת ענבים לכלל הציבור בארה"ב?
יואל ביטלמן, בחדרי חרדים 22:25 01/01/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]
'טיש' בלי ענבים. האדמו"ר מסאטמר. צילום: יעקב נחומי   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=36263

גרוינים » 2/1/2012 06:55

ווייסט איינער צו מקען זעהן די ווערים אדער מרעדט דא פון גאר קליינע אזוי ווי ביי וואסער? 

צאן_ברזל » 2/1/2012 17:15

גאנץ קליין אבער איך מיין אז מקען דאס זעהן אזוי מיט די אויגן

oאטמארער » 2/1/2012 22:08

גרוינים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מהאט געהאט אריינגעברענגט טרויבן און דער רבי האט נישט געגעסן?

צו דער רבי האט געהייסן פאר דעם נישט צו געבן טרויבן?


מ'האט אריינגעברענגט טרויבן און ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט רעדן אז מ'זאל עס נישט עסן

ער האט געקענט פארדעם זאגן מ'זאל נישט אריינברענגען טרויבן אבער אזוי האט ער באקומען אסאך מער אטענשאן, ער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, און מ'האט געעפענט א אשכול אויף היידפארק...

זיין ברודער דער סאטמאר רבי האט געהייסן שבת פאר כ"א כסלו מ'זאל נישט אריינברענגען מער קיין טרויבן צום טיש ביז מ'איז מברר פונקטליך

אדמיראל » 2/1/2012 22:21

שנאת עם הארץ לת"ח שרייט פין די זאלי'ס
איינעם איז אינטערסירט וואס זאלי האט געטיען ? זאל ער פארן ווי א בעבי מיט זיין יו עס ווי פאר אנטעשין

וואלןסח » 2/1/2012 22:29

מען האט נישט אריינגעברענגט קיין טרויבן
רבינו שליט"א האט גערעדט דערפון ווייל ער האט געוואלט אויך מודיע זיין פאר די בחורים אז ס'איז דא א פראבלעם

רז"ל האט נישט גערעדט, אדער וועגן דער רבי ז"ל האט נישט גערעדט דערפון, אדער קען זיין ער האט נישט געוואלט רעדן צו די וואנט...

ארגינעלער » 2/1/2012 22:52

איך פארשטיי פונקטליך די זאלי'ס ווייטאג

ר' זלמן האקט אויף ציונית  קיינער ווייסט נישט דערפין
ווען די רבי האקט איז ער מרעיש עולומת אין ס'ווערט נתפרסם אין די גאנצע וועלט

ווען ר' זלמן האט אויף געהערט צי עסן טרויבן ווייסט קיינער נישט דערפין
ווען די רבי הערט אויף ווייסט די גאנצע וועלט


אזו יאיז געווען ביים רבי ז"ל אין אמר ואין דברים בלי נשמע קולם בכל הארץ יצא קום

געלעכטער » 2/1/2012 23:25

וואס הייסט "קיינער ווייס נישט"? איך זע דו ווייסט יא.

אבראהאם » 2/1/2012 23:35

איז די טרויבן נאר אין אמעריקע א פראבלעם ?

גרוינים » 3/1/2012 07:07

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס הייסט "קיינער ווייס נישט"? איך זע דו ווייסט יא.


יעצט ווייסן מיר אלע אז ר' זלמן האט אויך אבער ביז דעם ליל שב"ק האט קיין איינער אינעם כדר אפילו זאליס פון גארנישט געוויסט

פשווארסק » 3/1/2012 23:10

ענבי זעם • הטישים ידולדלו: אין פירות גם בסקווירא
פרשת הענבים המתולעים בניו-יורק: לאחר שבסאטמר הוחלט להימנע מחלוקת ענבים ב'טיש', החליט גם האדמו"ר מסקווירא להימנע מאכילת ענבים ופירות
יואל ביטלמן, בחדרי חרדים 18:56 03/01/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]

האדמו"ר מסקווירא יחדל מלאכול פירות, זאת לאחר שהחליט להצטרף להכרעת גיסו, האדמו"ר מסאטמר, להימנע מאכילת ענבים, למרות שעונת הענבים בארצות-הברית נמצאת בעיצומה.

הסיבה לאיסור: חששות כבדים להימצאותן של תולעים בענבים. וכך, במקום ענבים חילקו בסאטמר ב'טיש' האחרון תפוחים.

אלא שבסקווירא מדובר בבעיה מורכבת בהרבה. מנהג האדמו"ר מסקווירא שלא לברך ברכת 'בורא פרי העץ' על אף פרי בפני עצמו, אלא אך ורק על ענבים. לכן, במצב הנוכחי, יאלצו האדמו"ר וחסידיו להימנע בכלל מאכילת פירות.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי אדמו"רים נוספים בפניהם הובאו החששות, נוטים אף הם להימנע בינתיים מאכילת ענבים, עד לבדיקה מקצועית ולטיפול שימנע באופן מוחלט את הופעת התולעים.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ראשיתו של הסיפור כאשר אישה השרתה ענבים במים, ואחר-כך סיננה את המים במסננת רגילה. לתדהמתה, מצאה במסננת חרקים ומעופפים הנראים לעין.

האישה פנתה בבהילות לוועד הכשרות של חסידות סאטמר בשכונת ויליאמסבורג. אנשי הוועד רכשו מיד דגימות של ענבים ממגוון סוגים וזנים, ולאחר שטיפה וסינון באמצעות בד אימתו את הממצאים, כאשר בבדיקות נמצאו מספר רב של חרקים הדבוקים לענבים מבחוץ.

גם לאחר 2-3 שטיפות, עדיין נותרו חרקים נוספים על הפרי, כך שמדובר במקרה מורכב במיוחד, בו שטיפה בודדת לא תנקה את הפרי.

למרות זאת, לאחר שהובאו מגוון הנתונים בפני האדמו"ר מסאטמר, החליט האדמו"ר לעת עתה שלא להוציא איסור גורף על אכילת ענבים, עד לאחר בדיקה מלאה, שתקבע אם מדובר בתופעה אקראית או בבעיה קבועה.

עם זאת, הוציא האדמו"ר הנחיה להימנע מחלוקת ענבים ב'טיש' ובמוסדות התורה של החסידות.

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=36355

אדםאמיתי » 4/1/2012 04:17

טראבען
דא האט איר סאכדעס ווי אלעס איז מותר, דער רבי זאגט ניין זאגען זיי יא!!!!!!!!!!!!


[בילד – נישט אפגעהיט]

אדםאמיתי » 4/1/2012 04:18

טראבען
דא איז א צווייטער כ'ווייס נישט ווי צו לייגען ביידע אויף איין מאל, זייט מיר מוחל

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 2/2/2012 19:20