זייט נישט ערשטוינט ווען אייער קרוב, חבר, שכן מאכט חתונה אין פרדס זאל און איר ערהאלט נישט קיין חתונה בריוול אויף די פאסט, חתונה אינוויטעישאנס אין די פרדס זאלן איז א פארגאנגענהייט...
מיט גרויסע אפלאדיסמען ווערט באגריסט די נייע געוואונטשענע תקנה וועלכע איז נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון די הערליכע "חסד" חתונה זאלן "פרדס פיגא" (און בקרוב אי"ה "פרדס צבי"), וועלכע האט שוין בע"ה געשפארט מיליאנען דאללער פאר די מחותנים אין די קורצע תקופה זייט איר ערעפענונג, איז צוגעקומען נאך א פארלייכטערונג וואס וועט שפארן פאר די איבערגעשטרענגטע מחותנים נאך טויזנטער דאללער פון דרוקן בריוולעך און ענוועלאופס, און די טייערע פאסטעדזש קאסטן וואס האלט נאר אין איין ארויפגיין, חוץ פון די צענדליגער / הונדערטער שעות ארבעט וואס גייט אריין אין צוגרייטן די אדרעסן וכדומה, און די עגמת נפש פון די וואס זענען נישט אנגעקומען אדער צוריקגעקומען וכו'
די זאלן וועלכע זענען געבויט געווארן אויף די אינציאטיוו און פארלאנג פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט זיין הייליגע קופת טוב וחסד וואס שטייט גרייט יעדע טאג פון יאר צו העלפן אידן און לייכטער מאכן פאר אידישע משפחות בעת צר ובעת שמחה וחדוה, און די הילף פון די חשובע עסקנים הע"י, צו די קריאת קודש פון רבינו שליט"א האט זיך צוגעשטעלט דער באוואוסטער בונה ומקים עולמות של תורה, הרב החסיד רבי אליעזר קעסטנבוים שליט"א נשיא מוסדות דמשק אליעזר, וועלכער איז דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, א איד וואס איז דבוק אין תורה, און פון די גרעסטע בעלי צדקה בעירנו, הונדערטער אידישע שמחות זענען שוין געווארן געפראוועט אין די "פרדס פיגא" זאלן, אויף די עלעגאנטסטע שענסטע פארנעם, און פאר א שפאט ביליגע פרייז, אין די קומענדיגע חדשים דארף פארטיג ווערן די נייע הערליכע "פרדס צבי" זאל, וכמעשהו בראשון כך מעשהו בשני..