היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הולך בדרכי אבות: חיים הערש בן ר' מענדל מקדש שם שמים - זאליס ...

הולך בדרכי אבות: חיים הערש בן ר' מענדל מקדש שם שמים - זאליס ...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2932995

טאטעלע » 23/12/2011 02:55

הולך בדרכי אבות: חיים הערש בן ר' מענדל מקדש שם שמים - זאליס פלאצן!
היינט האט דער צדיק וקדוש כ"ק רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן ר' מענדל בן ר' אהרן דזשיגאן, געצינדן ליכט אין א ארמיי באזע אין ברוקלין, און מיט דעם אפגעהילעכט א קידוש השם מסוף העולם ועד סופו.
 
שארפע אויגן האבן שוין געקענט באמערקן אין די יונגע יארן פונעם מיליטערישן רבי'ן ר' חיים הערש אז זה הקטן גדול יהיה. הערשט פארלאפענעם חול המועד סוכות האט מען אים געזען באגלייטן א גרופע ארמיי אפיצירן צום טיש פון באבוב'ער רבי ר' מרדכי דוד, און היינט איז ער שוין אנגעקומען צום קלימאקס פון גדלות ווען ער האט זיך אנגעטון דעם זיידענע בעקיטשע, און געצינדן וואקסענע ליכט אין א מנורה, דערנאך געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר די סאלדאטן אין סוגי' פון מתוך.
 
ווי זאגן די אהרונים? די זאליס האבן די ארמארי, מיר האבן אבער די ארמיי...
 
די זאליס, לויט ווי מיר הערן, האבן באגריסט דעם ערשיינונג מיט א ברייטע פשיהא, און פלאצן פאר כעס זעענדיג ווי דעם ר' אהרן'ס גאלדענע קייט שפינט זיך ווייטער.

תוקן על ידי טאטעלע ב- 23/12/2011 03:19:53

זעליג_כהן » 23/12/2011 06:00

גופא דעובדא היכי הוה?

SatmarBum » 23/12/2011 21:11

פאולוויניק » 23/12/2011 22:21

כל שהוא ובנו ובן בנו מכאן ואילך מחזרת על אכסניא שלה

א שטארקער חיזוק פאר פרעזידענט אבאמא וועלכע פירט יעצט אינאיינעם די מלחמה מיט הגה"ק אקעגן די ציונים

סעלפאן » 25/12/2011 03:33

ער מאכט די מנורה צינדן פאר א גאנצע געים פונקט ווי ר' אהרן מאכט א געים פון יעדע יום טוב, אגב בין איך נייגעריג ווי האט ער א היתר צו שטיין מיט נשים? קוקט אויף די בילדער שטייען דא אויסגעמישט מענער פרויען שווארצע ווייסע, ווי איז דוד עקשטיין יעצט? פארוואס הערט מען נישט פון אים?

עםהארץל » 26/12/2011 20:11

חיים הערשעלע האט דעם היתר פון עבר ושנה.. פאר ווער עס געדענקט אים פון חדר און ישיבה קטנה...

סטראבערי » 27/12/2011 01:08

גארנישט ראנג, הלואי וואלט זיין טאטע אין זיינע יארן געגאנגען צו די ארמיי........