היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יעדעס יאר די זעלבע מעשה מיטן אורח הכבוד

יעדעס יאר די זעלבע מעשה מיטן אורח הכבוד

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2932448

ריפל » 21/12/2011 00:12

יעדער געדענקט נאך די ביטערע בזיוינות וואס די זאליס האבן זיך פאראיאר אנגעווערטשאפט מיט זייער נואם הכבוד אז זיי האבן אים זייער מיאוס מבזה געווען און אים אראפגעשיקט בבושת פנים. דאס יאר האבן די זאליס גענומען א רעדנער וועלכע זיי זענען געווען זיכער אז אלעס וועט אדורכגיין בשלום. 

אבער נאך 32 מינוט וואס דער הערץ פרענקל האט גערעדט האט די צוויי בוליס, דער געלע בדחן און מאיר שניצלער צוגעגאנגען צו אים און אים געזאגט אז אויב גייט ער נישט אראפ יעצט, גיי זיי אים אויפהייבן און אראפטראגן פון דארט. 

הערץ פרענקל האט גע'ענדיגט זיין דרשה אזוי: איך וואלט נאך געקענט רעדן פונעם רבי'ן אגאנצע נאכט, אבער די צוויי מענטשן וואס שטייען דא אונטערן מחיצה זענען אסאל העכער און גרעסער פון מיר, און זיי גייען מיר פשוט אויפהייבן און אראפטראגן. 

דאס טוהן זיי שוין צו די לייבן פונעם רבי'ן, נעקסטעס יאר גייען זיי נעמען זריאל גליק צו זיין די חזן

סעלפאן » 21/12/2011 00:55

האסט פארגעסן צו רעדן וועגן וויגדער...

ריפל » 21/12/2011 17:14

וואס איז דא צו רעדן פון אים? כבודו במקומו מינח, ויהיה מינח עד שיבוא אליהו. 

סעלפאן » 21/12/2011 22:30

ב"ה מיר האבן א רבי'ן און מיר זענען צופרידן מיט זיינע דרשות, די קהילה און מוסדות בליען ווייטער אפילו אזוי.