היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנ...

בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנ...

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2932405

פאנדיט » 20/12/2011 20:50

בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנדידאטן
סטעיט סענאטאר קארל קרוגער, וועמען'ס דיסטריקט נעמט אריין אידישע חלקים פון ב.פ. און ארום, איז ערווארטעט זיך צו דערקלערן שולדיג אין סקאנדאלן און וועט בקרוב אפטרעטן ווערט היינט באריכטעט.

מעגליכע קאנדידאטן פאר זיין זיץ זענען אויפגעברענגט געווארן לו פידלער, א פריינט מיט קאונסילמאן גרינפעלד, און ר' שמחה פעלדער, און אויך פרעד קרייזמאן'ס נאמען האט מען געהערט.

בלייבט צו זען וועמען דער היימישער ציבור וועט שטימען.

מער וועגן דעם פארמעסט, און די קאנדידאטן, קען מען זען דא.

פאנדיט » 20/12/2011 21:42

ער האט שוין רעזיגינירט
אין די לעצטע שעה'ן ווערט באריכטעט אז האט שוין רעזיגינירט, בעפאר מען ווארפט אים.

פאנדיט » 21/12/2011 07:23

איך פלאן בעז"ה צו אפדעיטן דעם עולם וועגן לאקאלע היימישע וואלן אין מיין בלאג  אויף בלאגספאט.

אגב, איך לייג דארט ארויף עדס דורך עד-סענס. אזוי מאכט מען קוים א צענט פון הונדערט קוקערס אויף די סייטס, אבער ווען מען קליקט אויף אן עד, געבן זיי איבער א דאלאר, זע איך.

איך מיין עס איז כדאי צו וויסן, אז אויב מ'קוקט אמאל א בלאג און עס געפעלט עפעס, און מ'וויל עס זאל אנגיין, אדער סתם אזוי געבן פרנסה א איד, קען מען געבן א קליק אויף אן עד, פון וואס יענער באקומט א מטבע.

מאכט נאר זיכער נישט צו קליקן אויף קיין עד פון א איד אומזיסט, ווייל דאס קאסט יענעם טייער.

בלאגן דורך עד-סענס קען קיין פרנסה נישט ברעגן, און עס לוינט זיך נישט אויסער אויב מ'האט א האבי דערין.

SatmarBum » 21/12/2011 08:10


http://www.vosizneias.com/95757/2011/11/27/brooklyn-ny-simcha-felder-may-join-republicans-for-new-jewish-district-seat/


Brooklyn, NY - A key member of beleaguered city Controller John Liu’s inner circle is looking to jump ship, the Daily News has learned.Advertisement:Deputy Controller Simcha Felder, his top Jewish aide, has met with Republican state Senate leaders to discuss running for a super “Jewish district” that is expected to be drawn up in Brooklyn, sources said.“This is a very serious option,” said a source familiar with the talks.“It’s being discussed,” added a political source close to Felder.The idea was broached by state Senate Majority Leader Dean Skelos, the insiders said. At the meeting, Felder indicated he’d be willing to change parties if the seat was created under the state’s divisive redistricting plan.A state task force is drawing up new political boundaries to be voted on by the Legislature.

SatmarBum » 21/12/2011 08:18

פאנדיט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין די לעצטע שעה'ן ווערט באריכטעט אז האט שוין רעזיגינירט, בעפאר מען ווארפט אים.
 

http://www.vosizneias.com/97310/2011/12/20/new-york-brooklyn-state-senator-resigns-ahead-of-expected-guilty-plea/

Brooklyn State Senator Carl Kruger Resigns


עפשטיין » 21/12/2011 21:47

איז בארא פארק א ערנסטע חלק פון דעם דיסטריקט אז אידן זענען בכוח צו שטעלן א קאנדידאט?
איז וויטא לאפעז נאך א ממליך מלכים?

פאנדיט » 21/12/2011 23:32

ב.פ. איז בלויז א שפיי קעגן דעם דיסטריקט, איך האב עס שוין פארראכטן, אבער פלעטבוש איז זייער א גרויסער טייל דערפון.

וויטא לאפעז איז נאך ליידער פארטיי טשערמאן און קאנטראלירט די שטימען צו באשטימען ווער עס זאל לויפן אויף די דעמאקראטישע ליניע און ספציעלע וואלן.

פאנדיט » 22/12/2011 03:16

פעלדער איז לכאורה אינדרויסן
ער וואוינט נישט אין דיסטריקט און עס איז שוין צו שפעט צו טוישן וואו ער וואוינט. זע דא
http://orthodoxpundit.blogspot.com/2011/12/sources-felder-doesnt-reside-in.html

פאנדיט » 22/12/2011 23:50

וואלן וועלן לכאורה פארקומען פורים צייט. עס איז שוין דא א רעפובליקאנער קאנדידאט, א רוסישער, סטאבארין, וואס איז שוין פאטאגראפירט מיט אידישע פירער, און רייסט אראפ פידלער וועגן תועבה. א לאנגן באריכט וועגן די וואלן זעט דא

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2011/12/field-is-shaping-up-for-purim-elections.html


פאנדיט » 27/12/2011 19:34

נ.י. פאוסט עדיטאריעל רייסט אראפ פארוואס וויטא לאפעז וועט אויסקלויבן קאנדידאט, פידלער, צו לויפן אויף קרוגער'ס פלאץ.
http://www.nypost.com/p/news/opinion/editorials/the_parties_vs_the_people_64LeyL7KFVRwVYCTyVBXTK

פאנדיט » 2/1/2012 20:00

דער אלטער שייסער מעיאר קאטש - וועלכער האט געשפילט א הויפט ראלע אינעם טוירנער זיג -  שטיצט דאס מאל דעם דעמאקראטישן פידלער און איז קעגן א סופער-אידישער דיסטריקט.
זעט מער באריכות

http://orthodoxpundit.blogspot.com/#!/2012/01/race-to-replace-developments.html

פאנדיט » 8/1/2012 23:58

דוב הייקינד ווייסט נאכנישט וועמען ער וועט שטיצן.
רעפובליקאנער שרייט תועבה.
זעט דא

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/race-to-replace-kruger-tidbits.html

פאנדיט » 12/1/2012 22:04

דער רעפובליקאנער קאנדידאט פלעגט שרייבן אויף וועב-סייט מיט וויסט רעכטע פארבינדונגען. אלע זיינע ארטיקלען זענען אפגעמעקט געווארן, און די דעמאקראטן פרובירן עס אפירצוזוכן צו נוצן אין די קאמפיין קעגן אים. מ'קען ליינען דא

פאנדיט » 16/1/2012 20:39

רעפובליקאנער זענען גרייט צו אינוועסטירן האלב מיליאן דאלאר אינעם רעיס. שאצן אז עס וועט קאסטן איבער א מיליאן פאר ביידע זייטן.

לאמיר האפן אז אידן וועלן אויך אראפציפן ביינדעל

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/gop-we-will-spend-half-million-for.html

פאנדיט » 20/1/2012 01:14

לו פידלער באשולדיגט זיין רעפובליקאנער קעגנער מיט נעא-נאצישע פארבינדונגען. ס'ווערט הייס
http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/fidler-attacks-storobin-for-neo-nazi.html

פאנדיט » 25/1/2012 19:25

סופער אידישער דיסטריט אריינגערוקט אין נייע מאפע
די סטעיט לעגיסלאטור וועט מארגן ארויסגעבן די נייע מאפעס. היינט ווערט באריכטעט אז די רעפובליקאנער סטעיט סענאט האט טאקע באוויזן אויסצושניידן א סופער-אידישער דיסטריקט אין ב.פ. גאוו קאומא האט אבער געדראעט מיט א וועטא.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/republican-state-senate-draw-super.html

פאנדיט » 26/1/2012 22:22

נייע מאפעס, און סופער אידישער דיסטריקט, זענען שוין אינדרויסן
מ'האט שוין ארויסגעגעבן די לאנג ערוואטעטע רעדיסטריקטינג מאפעס. עס האט א סופער-אידישן דיסטריקט וואס נעמט אריין ב.פ. און פלעטבוש.
וויליאמסבורג זעט נישט אויס געטוישט.
איר קענט ליינען מער דערוועגן, און גיין צו די מאפעס פון דא:

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/finally-senate-and-assembly-maps.html 

סטעיט סענאטאר עדעמס' זיץ איז איינגעשטעלט אונטער די נייע מאפעס


תוקן על ידי פאנדיט ב- 26/01/2012 22:57:51

פאנדיט » 1/2/2012 01:32

אגודה קומט ארויס קעגן פידלער אראפרייסן סטאראבין פאר נעא-נאציזם
אגודה פירער זענען היינט געווען ביי א ראלי פונעם רעפובליקאנער סטאראבין אראפצורייסן פידלער'ס פארדאמען סטאראבין'ס פארשווינדענע ארטיקלען וואו ער איז פארדעכטיגט צוה אבן אויסגעדרוקט נעא-נאצישע אנשויאונגען.

ס'איז די ערשטע מאל וואס די אגודה ווייזט ארויס עפנטליכע שטיצער פאר'ן רעפובליקאנער.

וואס ליגט אונטער דעם?

מיר גלייבן אז זיי ווילן אריינברענגן א היימישן איד אלס סטעיט סענאטאר, פון זייער אייגענע רייען, ר' יחזקאל בענעט, און זיי האלטן אז א סטאראבין זיג וועט פריי מאכן דעם וועג פאר בענעט צו לויפן אין נאוועמבער

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/agudah-is-praying-for-care-taker.html

פאנדיט » 2/2/2012 05:38

חרדי'שע לאיער שטעלט אריין עדס קעגן פידלער'ס תועבה
ר' נחמן קאלער, א חרד'ישער אדוואקאט פון בארא פארק וועלכער קלערט פון לויפן פאר די סופעראידישע דיסטריקט אין נאוועמבער, שטעלט אריין אנאנסן קעגן פידלער'ס תועבה שטעלונגען. ער איז גרייט אויסצוגעבן 50 טויזנט דאלאר קעגן אים, ווערט באריכטעט.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/hamodia-op-ed-fidler-treading-on-thin.html

פאנדיט » 3/2/2012 19:33

אלעזר פידלער
די 'סיטי ענד סטעיט' פאליטישע אויסגאבע האט דערקלערט לו פידלער דער 'לו-סער' פון די וואך, פאר איבערציען דעם שטיקל מיט באשולדיגן זיין קעגנער מיט נאציזם.

אפשר קען ער אויסנוצן צו לויפן מיט אידישן נאמען, 'אלעזר', און גיין אין די טראדיציע מיט 'מאטי' קאנאר און 'נחום' רעסטלער.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/fidler-is-city-state-lew-ser.html

פאנדיט » 19/2/2012 22:21

סטאראבין האט אויפגענומען פרומען איד וועלכער איז געלאפן קעגן קרוגער אויף די קאנסערוואטיווע ליניע אלס קאמפיין קאארדינעיטאר

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/radar-grimmer-for-grimm-storobin-hired.html

עפשטיין » 20/2/2012 03:45

איז דא א מעגליכקייט פאר נאך א טארנער דאס מאל ?

פאנדיט » 20/2/2012 22:34

געוויסע רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן שטימען פאר לו פידלער צוליב תועבה, אזוי ווי קעגן וועפרין.

דער פראבלעם איז אז די פאליטיקאנטן זענען איצט נישט אויף זייער זייט, און זיי זענען די וואס מאכן דעם ווינט.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/rabbis-withdraw-fidler-endorsement-due.html

פאנדיט » 23/2/2012 22:00

זענען ארטאדאקסן דעמאקראטיש אדער רעפובליקאנער?
דער סופער אידישע דיסטריקט האט געעפנט א וויכוח אין לאקאלע פאליטישע נייעס קוועלער איבער וועלכע פארטיי די ארטאדאקסן און די געגנט וועט שטיצן.

פאקטיש האט מעקעין דראמאטיש שטארק געווינען אין ב.פ. און פאלאדינא אויך.

דא איז דא אן אפהאנדלונג דערוועגן.

פאנדיט » 27/2/2012 18:51

תועבה ווערט אן ערנסטע אישו אין די קאמפיין קעגן פידלער. היינט קומט ארויס א קול קורא פון רבנים קעגן שטימען פאר אים, געבן איבער קוועלער וועלכע ארבעטן דערויף.

זע דא

פאנדיט » 28/2/2012 00:40

כמעט 50 רבנים ארויסגעקומען קעגן שטימען פאר פידלער צוליב תועבה.

דא איז די קול קורא

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/49-rabbis-against-voting-for-fidler.html

פאנדיט » 13/3/2012 06:00

נעכטן נאכט איז געווען א היציגע דעבאטע צווישן די צוויי קאנדידאטן.

דא קען מען זען דעם ערשטן טייל דערפון

אין אנדערע נייעס, האט קאונסילמאן ר' דוד גרינפעלד נעכטן אינדארסירט פידלער


תוקן על ידי פאנדיט ב- 13/03/2012 06:06:59

פאנדיט » 23/3/2012 00:22

סטאראבין איז איצט העכער מיט 118 שטימעס, אבער מווארט נאך אויף עבסענטיס. ער האט אנגעצויגן א דראמאטישע 69 פראצענט פון די חרדי'שע בארא פארק.