היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » צודרייטע וועלט אדער צודרייטע מענטשן?

צודרייטע וועלט אדער צודרייטע מענטשן?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2932078

סעלפאן » 19/12/2011 18:48

טעכנאלאגיע איז היינטיגע צייטן זייער סאפיסטיקירט, יעדע נייעס און סתם בויך סברה'ס ווערט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט בליץ שנעל, אמאל דורך ראדיא און אמאל טעקסט מעסעדזשעס, די לעצטע יאר צייט איז זייער אויפגעכאפט 'טוויטער', דאס איז אזאנס וואס יעדער שמויגער וואס האט בויך קרעמפען אדער וויל אויסשיסן א וויץ קען עס מיט עטליכע קנעפלעך אויפן סעלפאן ארויסשיסן און ביז געציילטע מינוטן קען עס ווערן די געשפרעך איבעראל.
 
אויבן אויף קען עס אפשר זיין א פיינע זאך (איך רעד נישט פון די ביטול תורה וואס עס ברענגט) אבער די ערגסטע פון דעם איז אז עס זענען דא ממש געציילטע גרופס וואס ווערן געפירט דורך צודרייטע אינגען וואס פארשפרייטן נאר שמיץ, און ווי איך הער זענען זיי אפילו גאר גוט באקאנט און מען ווייסט ווער זיי זענען.
 
זענען טאקע נישט דא קיין מיטלען זיי אפצושטעלן איינמאל אויף אלעמאל? מען וואלט זיי געדארפט מסביר זיין אז אזעלכע זאכן ווי פארפרייטן שמיציגע מעסעדזשעס, אדער פארשפרייטן א בילד ווי א בחור ליגט אין שפיטאל און וואלגערט זיך פאר יסורים ה"י, איז זייער א אומאיידעלע זאך צו טון.

ריפל » 21/12/2011 00:06

דו קענסט זיך נישט העלפן אז ענקער פארטיי לעבט נאר פון בילדער. רעדט צו ענקערע משוגעים אז עס איז נישט שיין ארומצושיקן בילדער פון א קראנקן בחור, אבער רוף זיי נישט יעצט זיי זענען נאך פארנומען ווער עס מעג יא און ווער עס מעג נישט שטיין אויפן אויבן אן

סעלפאן » 21/12/2011 07:55

והיינו טעמא לייוו הוק אפ וידוי און נשמת אין שפיטאל ביי רבינו בעל ברך משה זצ"ל?

ריפל » 21/12/2011 17:17

איך האב בתומי געמיינט אז עס באדערט דיר בילדער פון א בחור וועלכע וואלגערט זיך פאר יסורים אין שפיטאל (עס איז דיר שוין בייגעפאלן די קשיא הייתכן מ'האט ערלויבט פאר א 17 יעריגע בחור צו דרייוון א היילאו אדער א טשערי פיקער? ווער קען זאגן דא ידינו לא שפכה את הדם הזה). יעצט ענטפערסטו פון א האקאפ? מיר רעדן דא פון בילדער פון א בחור וועלכע ליגט אין שפיטאל און דארף נאך א שידוך טוהן בעזהשי"ת