היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » טאטע העלף: בקשו רחמים מרובים הבחור יעקב מאיר בין בינא לרפו"ש...

טאטע העלף: בקשו רחמים מרובים הבחור יעקב מאיר בין בינא לרפו"ש...

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2931921

המהדרין » 19/12/2011 02:21

טאטע העלף: בקשו רחמים מרובים הבחור יעקב מאיר בין בינא לרפו"ש!
טייערע אידן זייטס מעורר רחמי שמים מרובים אויף דעם חשוב'ן בחור און עסקן יעקב מאיר בן בינא לרפו"ש, וועלכער איז ליידער טראגיש געשעדיגט געווארן פריער אין ניו יארק סטעיט ארמארי ביים ארבעטן צו צוזאמנעמען דעם זאל.

טאטעלע » 19/12/2011 02:25

מ'האט אים יעצט אריינגעפירט צו א אפעראציע אויפן האלז ל"ע. די בלוט דרוק איז סטאביליזירט. רייסט איין וועלטן!

ברעקינג » 19/12/2011 02:37

זאל עם דער באשעפער שיקן א רפו"ש

טאטעלע » 19/12/2011 02:58

די קעטסקען רעזולטאטן זענען ב"ה פאזיטיוו. דער מוח איז אים נישט געשעדיגט ב"ה. לאמיר ווייטער מתפלל זיין פאר א גאנצע ישועה

דאסטערס » 19/12/2011 07:28

אוי געוואלד, הייליגע באשעפער, איך בין זיכער וועסט באווייזן גרויסע ניסים, אזא בחור ווי יענקי לרפו"ש מיז און וועט בעז"ה ווייטער זיין מיט אונז אלע געזינט אין שטארק!! יעדער ביי אונז אין סאטמאר קען דעם באחנט'ע צורה, איינער קען אים אלץ עסקן, א צווייטער אלץ איינער וואס העלפט ארויס עלטערע אידן אמאל מיטן ברענגען א סידור'ל צו א חומש, יעדער איד אין ביהמ"ד האט אים שוין געזען ווי ער געט זיך איבער פאר א צווייטען איד, פארטאגס זע איך אסאך מאל ווי ער ברענגט פאר עלטערע אידן א ספר אדער קאווע צו א גלעזעל מילך וואס פאר עלטערע אידן קומט אן שווער זיך אריבערצושלעפן די אנדערע זייט ביהמ"ד. לאמיר אלע איינרייסן פאר א שנעלע און גאנצע ישועה. יעקב מאיר בן בינה לרפואה שלימה.

תוקן על ידי דאסטערס ב- 19/12/2011 07:42:07

דייקן » 19/12/2011 07:36

וואו קומט דא אריין דער נחום יחזקי'?

דייקן » 19/12/2011 07:36

*נאמען

דאסטערס » 19/12/2011 07:43

געווען א טעות!! אנטשולדיגט!! שוין פארראכטן!!

געדאנקן » 19/12/2011 14:31

העי! 'טאטע העלף' איז א אהרוני..

גינגריטש » 19/12/2011 17:50

נישט נאכלאזען, ווען מען קען אריינכאפען נאך א קאפיטעל תהלים פאר זיין שנעלע רפואה

חמץ_גמור » 19/12/2011 20:41

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
העי! 'טאטע העלף' איז א אהרוני..

מיט שמחה קען מען אלעס פועלן....

צביהירש » 19/12/2011 23:39

השי"ת זאל עהם שיקן א רפואה שלימה במהרה.

וויסט מען עפעס גוטע נייעס היינט נאכמיטאג פון דעם בחור'ל?

RESTLER » 20/12/2011 00:07

א רפואה שלימה במהרה!
אגב, איז דע מאמעס נאמען בינא אדער בונא? דאכט זיך אז דער נאמען איז בונא, ביטע מברר זיין עס איז וויכטיג פאר תמניא אפי,

הדלקה » 20/12/2011 02:10


קאפ_בז_פוס » 20/12/2011 02:11

אפענע מופתים יעצט ביים באזוך פון רבינו שליט"א ביי יאנקי לרפו"ש.

די דאקטורים ארבעטן שוין שווער אגאנצן טאג צו זען אויב ער איז ביים פולן באוואוסטזיין, אבער אן ערפאלג. ווי נאר רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו אים אין צומער און אים געזאגט "יאנקי איך בין דא", האט ער געעפענט די אויגן און אנגעהויבן שאקלן הענד און פוס. דער רבי האט געזאגט "יאנקי געב מיר די הענט", און יאנקי האט אויפגעהויבן זיין האנט. דערנאך האט דער רבי געבעטן ער זאל אים דרוקן די האנט, און ער האט געדרוקט.

די דאקטוירים זענען געקומען צו לויפן זיי האבן זיך נישט געקענט גלייבן וואס עס שפילט זיך אפ. מ'האט גלייך אלאמירט יאנקי'ס הויפט דאקטער, און ער האט געבעטן דעם רבי'ן דער רבי זאל נאכאמאל רעדן צו יאנקי ווייל ער וויל זען זיין רעספאנס. דער רבי האט נאכאמאל אים געבעטן צו דרוקן די האנט און יאנקי האט זיך געדרייט די אויגן צום רבי'ן און א שטארקן דרוק געטון. דערנאך האט דער רבי געבענטש יאנקי, און דער רבי האט זיך אנגערופן "אז דו פאלגסט יא, הייס איך דו זאלסט ווערן געזונט און שטארק!", און ווי איבעראשט איז דער ציבור געווען ווען ער האט געשעפשעט מיט זיין ליפן "אמן".

די דאקטוירים געבן ב"ה שטארקע האפענונגן, און מ'האפט אים אראפצונעמען פונעם ווענטילעיטאר בקרוב ממש.

זייטס ווייטער מתפלל פאר יעקב מאיר בן בינה מ'זאל זען די באלדיגע ישועה אכי"ר.

ריפל » 20/12/2011 02:36

א שאד רז"ל איז נישט געווען ביי אביגדור, ווען יא וואלט ער נאך יעצט געלעבט. און א שאד אז ער איז נישט געווען ביי עזריאל גליק, ווען יא וואלט ער געווען נערמאל, און א שאד אז ער איז נישט געווען ביי יוסעלע פליט, ווען יא וואלט ער ווען א חתן געווארן. איך הער אז ליפא שמעלצער שרייט אז די מופת געהערט צו אים. א שיינע דור, ליפא און רז"ל, צוויי שטריקעס און שפילער וועלכע האבן אויף דער עלטער מחליט געווען צו שפילן רבי, קריגן זיך ווער עס פראוועט גערעסערע מופתים

RESTLER » 20/12/2011 03:34

מורא'דיג, איך הער אז מארגן צופרי קומט יאנקי אהיים מיט א היי-לא, א מעכטיגער מופת...

ריפל » 20/12/2011 03:46

אדמורי"ם מ'עירמאנט ו'סאטמר במלחמת על הניסים.. העפטיגע געשלעג יעצט אינדרויסן פון שפיטאל, ווי האדמו"ר רבי ליפא שמעלצער מ'עירמאנט און האדמו"ר רבי זלמן לייב טייטלבאם מ'סאטמר שלאגן זיך ארום ווער ס'איז דער ריכטיגער בעל הנס. דער עירמאנטער שרייט "איך האב עס די ערשטע געטוויט". ווידעראום דער סאטמר רבי שרייט "וואס זאלעך טוהן אז יוסעלע קען נישט אזוי שנעל טייפן ווי דיר? מיין פיקטשער און אימעיל איז סאך בעסער" מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן רבינו שליט"א איז דערנאך אריינגערופען געווארן ביי די הויפט דאקטוירים פון שפיטאל אין ס'איז אפגעשומעסט געווארען אויפצינעמען דעם רעבין אלץ אפישעל האנט דריקער אין שפיטאל

ביידען » 20/12/2011 03:52

א חרפה און א בושה צו נעמען א יחיד'ס צרה אין שפילן ביליגע פאליטיק
ברוך אלוקנו וכו' והבדילנו מן התועים

קאפ_בז_פוס » 20/12/2011 03:57

און נאכדעם ווינדערן זיך די בלוטזויגער פון ווי דער עולם ווייס גראד ווער ס'שטייט אינטער די ר אלימלך ווייס פאשקעווילן,

בלוטזויגער בלייבט בלוטזויגער! שווארצע זאקן צו ווייסע

ריפל » 20/12/2011 04:00

די זאליס שרייבן, ווי נאר דער רבי איז אריינגעקומען האט ער זיך גענומען ווארפן הענט און פיס. עס זעהט עפעס אויס ווי דאס קדחת האט אים אנגעכאפט, און ער האט געוואלט מאכן פליטה פון דארט ווי נאר ער האט געזעהן דער מן הארץ

RESTLER » 20/12/2011 04:22

נעבעך א צידרייטער פון קאפ ביז פיס נעמט א טראגישן מצב אין מאכט דערפון ביליגע ליצנות דערפון און דערנאך וויינט ער מיט זוידיגע טרערן אז בלוט זויגערס בלייבן בלוט זויגערס, האסטו געקיקט אין שפיגל ביים שרייבן דעם סטעטמענט?

קאפ_בז_פוס » 20/12/2011 04:52

LipaSchmeltzer Lipa Schmeltzer 
It was very interesting to see that the whole day we did not see any movement and the first movement on Yanky took place when Admir Misatmar walked in the room. ...


תוקן על ידי קאפ_בז_פוס ב- 20/12/2011 04:52:40



תוקן על ידי קאפ_בז_פוס ב- 20/12/2011 04:53:23



תוקן על ידי קאפ_בז_פוס ב- 20/12/2011 04:54:03

דאסטערס » 20/12/2011 04:57

יעצט זע איך די ארונים האבן נישט קיין איין ביסל שכל!! ווען יא וואלטן זיי געזאגט אז רב אהרן האט געגעבן רשות פאר רב זלמן לייב דאס צו טאן, אדער כאטש ווייזן א שטר ווי מען נעמט זיך אויס אז רב אהרן גייט טאן א מופת דאס קומענדיגע מאל. (זאל אוודאי נישט דארפן ציקומען דערצו!! קינדערלעך וואס שלאגט מען זיך אויב עס איז א מופת? סיי רב אהרן און סיי רב זלמן לייב זענען ביידע א קינד פון א גרויסע טאטע וואס האט אויך געוויזן מופתים. הערט איך אויף נאריש מאכן און רעדט איך נישט איין אז נאר רב אהרן קען.

סעלפאן » 20/12/2011 05:19

ליפא איז איך נישט גענוג באגלייבט? ער האט עס געפאוסט אויף זיין אפיציעלע גרופ, ער איז געווען אנוועזנד בשעת מעשה
@LipaSchmeltzer: It was very interesting to see that the whole day we did not see any movement and the first movement on Yanky took place when Admir Misatmar walked in the room.

SatmarBum » 25/12/2011 14:30

[בילד – נישט אפגעהיט]

1satmar » 25/12/2011 19:26

דער רבי שליט"א האט אים געשיקט פון די י"ב חלות, לרפאותו השלימות
[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעלע » 26/12/2011 22:23

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
 
עס איז נישטא די ווערטער אין מויל צו דאנקן און לויבן הקב"ה, שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה דער גרויסער נס חנוכה וואס מיר האבן דערלעבט צו זען ביי יאנקי ב"ה!
 
מיט גרויס פרייד, קנאפ א וואך נאך וואס אלע דאקטורים האבן געהאט אויפגעגעבן אויף אים, קען מען ב"ה מעלדן אז יאנקי וועט נאך זיין אינדערהיים היינט נאכט צינדן דעם זיבעטן חנוכה ליכטל ביי זיך אין שטוב!
 
די פחד און שרעק, אנגסט און ציטער וואס האט אלעמען באנומען פארלאפענעם זונטאג אווענט מוצאי יום הצלה פון רביה"ק זי"ע ווען די ביטערע בשורה איז אנגעקומען אז דער באליבטער יאנקי ראנגעלט זיך צווישן לעבן און טויט, וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון די ביינער. די שמחה און פרייד, פארלייכטערונג און אפענע ניסים וואס מיר האבן דערלעבט א טאג דערויף ווען יאנקי האט געעפענט די אויגן פאר רבינו שליט"א און געגעבן די האנט, האבן געוויזן אז תפילת רבים העלפט.
 
דער פלייץ פון הרגשים איז גאר שטארק צו זען אזא אפענע התגלות אין אזאכע פינסטערע גלות טעג, און מיט דעם בעטן מיר אויף ווייטער עד הנה עזרינו רחמך ולא עזבינו חסדיך, יעקב מאיר בן בונא זאל זיך בקרוב ממש ערהוילן גענצליך בבריאות השלימות אכי"ר.

טאטעלע » 26/12/2011 22:23

@NewsSatmar: Breaking News: Hb' HuAsken Yakov Mier ben Binah Stien is iy"h Coming home Today from hospital! Chasdi hashem ki lo somni ki lo chuli racmuv!

סעלפאן » 26/12/2011 22:30

מען האט באשיינפערליך געזען אז תפילות ישראל עושה רושם, און אויך איז אים אוודאי בייגעשטאנען די זכות פון העלפן שטענדיג די קהילה און מוסדות.
 
יענקי איז א סימבאל פון א עסקן סיי ווען אימער עס פעלט אויס הילף איז יענקי גרייט. כלל ישראל און סאטמאר חסידים בפרט געבן אפ א שבח והודאה צום בוכ"ע אויף די גרויסע נס.

סענעטאר » 26/12/2011 23:00

א נס חנוכה ממש! ישר כח פאר די גוטע בשורות.

קליפ » 26/12/2011 23:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 28/12/2011 02:28

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=36033 

[בילד – נישט אפגעהיט] 
"חששנו שלא ישרוד" • הפצוע באוהל של סאטמר - שוחרר
'רק לפני 10 ימים נפצע הנער יעקב שטיין בעת פירוק אוהל ב'ארמרי' שהוכן למעמד 'יום ההצלה' של סאטמר • הוא איבד הכרתו ומצבו הוגדר קשה מאוד • אמש שוחרר לביתו
אלי שלזינגר, בחדרי חרדים 23:06 26/12/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
יענקי בהדלקת נרות חנוכה בביתו לאחר השיחרור  
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]2
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמחה בסאטמר: הבחור יעקב שטיין, שהוגדר פצוע קשה מאוד לפני 10 ימים, התאושש במפתיע ושוחרר אתמול (ג') לביתו. 

שטיין בן ה-17 נפצע בעת שעסק בפירוק אוהל ב'ארמרי' בשכונת ויליאמסבורג - אוהל שהוקם לרגל 'יום ההצלה' של רבי יואליש מסאטמר זצ"ל. 

עוד בנושא: 
• '"יענקי, אני כאן", אמר האדמו"ר - והפצוע פקח עין 
• ''יום ההצלה': בחור מסאטמר נפצע קשה 

שטיין פונה במצב קשה מאוד לבית החולים Bellevue במנהטן, כשהוא מחוסר הכרה, אך לאחר 24 שעות התעורר, ובימים האחרונים חלה התקדמות מפתיעה במצבו. כעת הודיעו בני משפחתו, כי יענקי שוחרר מבית החולים לביתו. 

ההורים המאושרים אף פירסמו מכתב תודה למתפללים ולתומכים.



נוסח המכתב:

יום ו' דחנוכה תשע"ב 

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! 

אין בפינו מילים להודות לקב"ה על הניסים שעשה לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה, על נס החנוכה הגדול שראינו אצל בנינו יענקי ב"ה, בשמחה גדולה, ואחרי שכל הרופאים הרימו ידיים, אנחנו ב"ה יכולים להכריז שהערב בנינו יענקי עוד ידליק את הנר השביעי אצלו בבית. 

הפחד האיום שאחז בכולנו בהישמע הבשורה ביום ראשון מוצאי יום הצלה של רביה"ק מסאטמער זי"ע, כשהבשורה הקשה הגיעה שמדובר ביענקי האהוב שנלחם בין חיים למוות, ושהוא כנראה לא יוכל לשרוד את הפגיעה. 

השמחה והגיל שראינו בניסים הגלויים, כשראינו את יענקי פוקח את עיניו לרבינו שליט"א והושיט את ידו, ראינו שתפילת רבים עוזרת. 

ההתפרצות של ההרגשות כ"כ חזק לראות את ההתגלות הגלויה בכאלו ימי גלות, ועם זה אנחנו מבקשים הלאה עד הנה עזרנו רחמיך ולא עזבונו חסדיך יעקב מאיר בן בונא שיתרפא במהרה בבריאות שלימה ואיתנה אכי"ר

קליפ » 25/1/2012 20:49