היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » איז נעכטן געווען פאפא רבי'ס יום הצלה?

איז נעכטן געווען פאפא רבי'ס יום הצלה?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2931841

ארמארי » 18/12/2011 20:09

איך מוז אויסדרוקן א פוינט וועגן דעם נעכטיגן דינער און איך האלט אז יעדער וועט דאס פארשטיין און מיטהאלטן מיט מיר, ‎​
 
אין די צייטן פון ארי' לייב גלאנץ האט ער איינגעפירט אז ביים דינער האבן זיך אנגערוקט א פארפלייצונג פון פאליטישענס און מ'האט פאר זיי מקדיש געווען לאנגע מינוטן פון דעם הייליגן נאכט. ווען דער רבי שליט"א איז געווארן רב אין וויליאמסבורג האט ער היבש עלימינירט דעם ביליגן ערשיינונג און עס איז ב"ה געקומען אביסל אונטער קאנטראל. (לויט ווי איך הער איז שוין ביי די אהרונים דאס יאר בכלל נישט געווען קיין פאליטישענס!) ‎​
 
דאס יאר האט מען אונז פריש באגאסן מיט די געמיינע גוים ביים דינער נאכט, ולא זו אף זו דרייט זיך אויפן אויבנאן אונטערן רבי'ן א פאפא'נער יונגערמאן, יונתן מענצער, וואס גייט אויס פאר בילדער און אטענטשאן, און היות אין פאפא באקומט ער דאס נישט קומט ער אויף סאטמאר עס אפנעמען, אזש ס'האט אויסגעקוקט דער אויבנאן ווי פאפא רבי מאכט א סעודת הודאה, אזויפיל האט ער זיך ארומגעדרייט דארט, און קיינער זאגט אים נישט קיין ווארט! ‎​
 
עס איז געקומען די העכסטע צייט צו לאזן וויסן פאר דעם יונתן מענצער אז קיינער דארף אים נישט האבן אין סאטמאר, עס איז די העכסטע צייט מ'זאל אויפהערן נוצן אונזער רבי'ן מיט אונזערע מעמדים פאר זיינע אינטערעסן, ער זאל זיך גיין לחיים ולשלום טאנצן מיט די גוים ביי זיך אינדערהיים, און אראפרופן הערשי רובינשטיין זאל אים פאטאגרעפירן.

סענעטאר » 18/12/2011 20:19

הונדערט פראצענט גערעכט! ווען הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו איז ווען דאהי און דער מענצער שלעפט זיך נאך ווי סתם א נאכשלעפער, און שטעקט זיך אריין זיין פנים פאר די בילדער אזוי ווי דער ריבניצער בערקאוויטש, החרשתי. אבער אז ר' משה דוד איז נישט דאהי געווען האט דער פאפא'נער בכלל נישט וואס צו זוכן דא, אפגערעדט פון זיך דרייען אויפן אויבנאן ווי א גאנצער מחותן.

וויכטיג » 18/12/2011 20:23

ארמארי, דיין אגענדע איז קלאר, פארמאך דיין מויל מיט א שלעסל און לויף צוריק קיין קרוין הייטס זינגען ופרצת..

ב"ה ס'האט זיך קוים דערקענט פאליטישאנס, דער שליח פון גאווערנער האט מען געלאזט פארליינען א בריוו פון גאווערנער (שלום מלכות), ער האט אויפגעטרעטן אין קראון הייטס אויך, הרב יונתן יוסף מענצער איז א עסקן חשוב ונמרץ וואס וועט זיך אויסשטרעקן פאר יעדע איד, און זיך איבערגעבן בלב ונפש ווען מ'קען צו העלפן אידן צוזאמען מיט זיין שותף העסקן הנמרץ והחשוב הרב יחיאל גאלדבערגער, ספעציעל לכל קדשי בית סאטמאר, זייער עבירה איז אז זיי שטייען צו די רעכטע האנט פון דעם עסקן נמרץ וחשוב הרב משה דוד נידערמאן, וועמען איר זוכט אונטערצוברענגען פאר די לעצטע צען יאר-  טראץ וואס איר אלע געניסט פון זייערע סערוויסעס אין UJO אן קיין בושה א גאנץ יאר - וואס איז דער גרויסער חטא? ווייל זיי שטעלן זיך נישט צו צו די סבלן'ס פארטיי.. 


תוקן על ידי וויכטיג ב- 18/12/2011 20:23:40

הדלקה » 18/12/2011 20:28

דער בחנ'טער רעסטלער נעכטן אין קראונהייטס
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי הדלקה ב- 18/12/2011 20:29:50

ארמארי » 18/12/2011 20:29

וויכטיג איך ווייס נישט וואס דו רופסט אגענדעס, אבער ביטע רעכן מיר אויס "איין זאך" וואס מענצער האט דעליווערט פאר סאטמאר! ‎​
 
חוץ אויף בילדער האט מען דעם נאמען יונתן מענצער קיינמאל נישט געהערט ביי קיין שום עסקנות נישט לטובת הפרט און אוודאי נישט לטובת סאטמאר, אפשר לטובת פאפא. ‎​
 
אגב, קוקט מיר אויס ווי דו בוסט געווען אין קראנהייטס און נישט מיטגעהאלטן ווי חוץ אייזנער'ס דרשה האט נאך איינער א מאדערענער אינגל אויסגערופן א גאנצע ליסטע מיט גוים.

געלעכטער » 18/12/2011 20:36

אן זיך אריינלאזן אין וויכוחים צי מענצער קען יא צי נישט, צי ער איז בלויז א נאכשלעפער פון ר' משה דוד'ן. דאס איז אמאל זיכער אז אויסנוצן אונזער'ס א מסיבה פאר זיינע פאפאראצי ווערק איז א עוון פלילי. ער קומט פון די זעלבע חסידות ווי הערשי רובינשטיין קומט, וואו דארט מיינט אלעס בילדער, און מ'דארף אים איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן אז פאר פאפאראצי זאל ער גיין קיין פאפא. עס דארף אים קיינער נישט דא האבן.

וויכטיג » 18/12/2011 20:38

איך פארשטיי דיין וויטאג, אז מ'קען נישט שרייבן אז ס'איז געווען א דורכפאל ווייל די בילדער און קליפס פאטשן ענק אין פנים, זוכט מען א זייטיגע אגענדע צו פרובירן פארנעפלען דעם מעכטיגן היסטארישן מעמד, והיא לא תצלח..

געלעכטער » 18/12/2011 20:43

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי דיין וויטאג, אז מ'קען נישט שרייבן אז ס'איז געווען א דורכפאל ווייל די בילדער און קליפס פאטשן ענק אין פנים, זוכט מען א זייטיגע אגענדע צו פרובירן פארנעפלען דעם מעכטיגן היסטארישן מעמד, והיא לא תצלח..

 
וואס ענטפערסטו ווי א בהמה? ארמארי האט ארויסגעברענגט זייער א גוטע פוינט, יעצט טאמער האלטסטו אז יונתן מענצער מעג יא נוצן אונזער אויבנאן פאר זיינע פאפאראצי, ביטע זיי מסביר פאר וואס, און אויב האלטסטו אז ארמארי איז גערעכט, און יונתן דארף מען באזייטיגן פון דארט, מעגסטו עס אויך זאגן,

גינגריטש » 18/12/2011 20:44

סאיז נישט קיין נייעס איז יו זשעי או מיט מענצער שטייען ענק ווי א דארען אין אויג, סוועט נישט העלפען די אלע נארישע פראוועקאציעס, מעגען קומען אלע באהאלטענע ארוינישע ניקס דא און אנהייבען שרייען מענצער פאפא, ער איז קליגער און העכער פון דעם, און סאטמאר איז אויך קליגער און זיך נישט צו טוען מאכען פון דעם און זיך נישט לאזען פראוועצירען, מענצער שטייט מיט סאטמאר אין אלע יארען, ער האט געכאפט פאר דעם פון די שונאי סאטמאר צעזאמען מיט הרב נידערמאן, און זיך נישט וויסענדיג געמאכט נאר ווייטער געבליבען מיט סאטמאר, אונז זעמיר אלע דא צו סופארטען הרב מענצער, סאיז אונז א שטאלץ אז מיר קענען באגריסען און אים געבען הכרת הטוב!!

געלעכטער » 18/12/2011 20:46

אינטערעסאנט נאר אז דער גינגריטש וואס איז קוים צוויי וואכן אויף דעם פארום ווייסט שוין ווער עס באהאלט זיך אונטער וועלכע ניקס, און אז די אהרונים פראוועצירן דא קעגן מענצער.. שעפעלע, עס שטונקט פון קאפ. קענסט גיין שרייבן אין כל העולם כולו, דארט איז דער אפיציעל אהרוני פארום אויב דו האסט נישט געוויסט.

דזשיגאן » 18/12/2011 20:49

ארמארי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויכטיג איך ווייס נישט וואס דו רופסט אגענדעס, אבער ביטע רעכן מיר אויס "איין זאך" וואס מענצער האט דעליווערט פאר סאטמאר! ‎​br /> 
חוץ אויף בילדער האט מען דעם נאמען יונתן מענצער קיינמאל נישט געהערט ביי קיין שום עסקנות נישט לטובת הפרט און אוודאי נישט לטובת סאטמאר, אפשר לטובת פאפא.
‎​
 
ווייסט איינער פארוואס וויכטיג איז פלוצלינג שטיל געווארן?

וויכטיג » 18/12/2011 20:50

קוקט ווי דער עולם נעכטן נאכט ברענגט זיי ארויס פון גלייכגעוויכט..

דזשיגאן » 18/12/2011 20:54

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קוקט ווי דער עולם נעכטן נאכט ברענגט זיי ארויס פון גלייכגעוויכט..
‎​
 
ווער איז דער "זיי"? ‎​
 
ווען מ'פרעגט דיר נארמאלע פראגעס ענטפערסטו נישט, יעצט פלוצלינג האלטן "זיי" עס נישט אויס...

געלעכטער » 18/12/2011 21:03

וויכטיג, שפיל נישט מיטן אינטעליגענץ פון די מענטשהייט. דו האסט אלע רעכטן צו האלטן אז מענצער האט יא אמאל א טובה געטון פאר א איד צי פאר סאטמאר, און דעריבער דארפן מיר אים געבן פאפאראצי. אבער צו שרייען ווי א נאריש קינד אז יעדער וואס רעדט קעגן מענצער איז א אהרוני, איז אביסל פערדיש.

ביידען » 18/12/2011 21:04

סאיז נאריש זיך ארום צו טענה'ן צו מענצער מעג יא אדער נישט זיך דרייען ביים דינער אויבענאן
מיך גייט עס בכלל נישט אן איך האב ניטאמאל געוואוסט אז ער איז דארט 
בכלל איז דאס אן ארונישע שפראך וואס ווערט דא געשריבן קעגן  מענצער
די סיבה פארוואס היי יאר האט מען אויס גערופן די פאלאטישענס איז געווען צוליב דעם וואס זיי זענען געווען גאר שטארק בייהילפיג אז מיר זאלן קענען באקומען דעם זאל אין אלס הכרות הטוב האט מען היי יאר געמאכט א אויסנאם

דזשיגאן » 18/12/2011 21:08

ביידען, איך ווייס נישט ווי לאנג דו בוסט געווען אין זאל, מיר און אלע מיינע ארומיגע האט נערווירט זיין ערשיינונג יעדע צוויי מינוט אויפן אויבנאן אמאל מיט א גוי און אמאל אן א גוי. ‎​
 
וועגן דעם אז מ'רייסט אים אראפ אהרוני שפראך איז בכלל נישט גערעכט, ווי שוין ערווענט דא ווען ער קומט מיט ר' משה דוד איז איין זאך, אבער ער כשלעצמו זענען דאך הכל מודים אז ער איז גארנישט ווערט נישט פאר יחידים און אוואדי נישט פאר סאטמאר, טא וואס לאזט מען אזא משוגענעם נעמען אטענטשאן אויף אונזער חשבון?

בארא » 18/12/2011 21:26

איך קען נישט צו גיט מענצער און איך האב נישט געזען ווי ער קומט אויווען אן, אבער איך ווייס אז ער האט אסאך געליטען פאר זיך אננעמען פאר סאטמאר, און ער איז זיך מוסר נפש פאר ר' משה דוד, און דעי גאנצע אשכול שטינקט ארויניש פון טאפ טא באדעם! אנדערשט וואלט קיינעם נישט געבאדערט צווישען אזויפיל הונדערטער מענטשען וואס האבען פארפלייצט די אויווען אן, וועמען שטערט אז ער איז דארט

דזשיגאן » 18/12/2011 21:31

נו מ'האלט שוין דא ביים דריטן ניק (הבאין כאחד?..) וואס זאגן אז מענצער האט געטון פאר סאטמאר. קענט איר אפשר אויסרעכענען איינס פון די זאכן? ‎​
 
ענטפער נישט ווי קיין אהרוני יעצט!

דאסטערס » 18/12/2011 21:36

איך האב געזען נעכטן ווי מענצער האט זיך געריסן מיט איינעם איבער א שטיקל פאטעטע קיגל, איך הייב אן טראכטן אז עס איז געווען דיר פון וועם ער האט עס ארויסגעשלעפט פאר עס האט זיך צוברעקלט איבער מנלי ווייזער'ס שטריימל, אויב יא פארשטיי איך דיין ווייטאג אבער עס בארעכטיגט נישט אים אויסציפראקן דא.

וויכטיג » 18/12/2011 21:41

בקיצור, אויב איינעם שטערט אז א פאפא חסיד איז דארט געווען, איז ער א דיסקרימינאטאר און א "ביגאט"..

אויב איינעם שטערט אז מ'האט אנגעברענגט עטליכע פאליטישאנס, דארף מען פארשטיין אז די מענטשן ביי וועם מיר זוכן טובות א גאנץ יאר, און זיי העלפן ארויס מיט ענינים פאר יחידים אדער פאר די קהילה, דארף מען זיי קענען ווייזן וועמען זיי פארטרעטן, איך מיין אז יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט דאס, מ'האט דאך נישט אויפגעשטעלט דא אבאמא אדער בלומבערג צו רעדן (ווי מ'פלעגט אמאל אויפשטעלן דינקינס וכדו')...

אויב איינער רעדט זיך נאך אויף אן אמת איין אז ער העלפט נישט גענוג פאר סאטמאר, בין איך מודיע אז נישט אייביג ווען פאר אפאר אינגלעך פאלט איין אז מ'מוז עפעס טון,( אדער א זאך וואס איז אין קאורט און קיינער קען נישט מיט יד החזקה איבערשטארקן א פסק פון קאורט וד"ל) די זאכן זענען שתדלנות, נישט אייביג געלונגט די שתדלנות, אסאך עסקנות און טובות להכלל איז א סכנה אז מ'זאל וויסן וויאזוי ס'קומט אן און ס'ווערט ערלעדיגט, און נישט אלעס מוז מען וויסן, רוב די פאליטישע טובות איז נישט קיין טובה פאר קיינעם ווען די זאכן ווערן מפורסם, רוב פעולות פון UJO בכלל פרטיות'דיגע און כלליות'דיגע זענען אונטער טיר און טויער, ספעציעל ווען מיר האבן דא ליידער מוסרים ומלשינים וואס זוכן אגאנצן טאג סחורה וואס צו אנ'מסר'ן און זיי אונטערצוברענגען..

והעיקר, און אויב איינעם שטערט די אויסערגעווענליכע הצלחה פון נעכטן נאכט, אז מיר האבן געהאט אן איבערגעשטאפטן ריזיגן ארמארי זאל מיט די סלתה און שמנה פון סאטמאר, וועל איך אים פשוט זאגן פלוץ יפלצון און יצאו עיניך..


ביידען » 18/12/2011 21:41

דזשיגאן קוקט אויס ווי דו האסט פרובירט זיך ארויפצובאקומען אופן אויבנאן אין מען האט דיר נישט געלאזט און אז דו האסט געזעהן מענצער זיך דרייען דארט איז דיר געווארן שלעכט...
איך און די איבריגע טויזענטער אין זאל האט ניטאמאל געוואסט צו מענצער דרייט זיך אויפן אויבנאן אין אפילו די וואס האבן יא געוואסט איז גאנץ קנאפ אנגעגאנגען אז ער געפינט זיך דארט
אין איך זעה נישט פארוואס דעס איז אזא אישו אזש מען ברויך א באזונדער אשכול פארדעם
פון מיר אויס זאל ארי' לייב גלאנץ זיך אויך דריייען אויפן אויבנאן איי דאונט קעיר 
אין אז מענצער זיכט און באקומט אטענשן מיטן זיך דרייען אויפן אויבנאן פארגין איך עס עם מיטן גאנצן הארץ
מנהל לענ''ד האלט איך אז דו זאלסט פארמאכן דעם אשכול

וויכטיג » 18/12/2011 21:48

יעצט באקומען אין אישי:

דו ביסט גערעכט, די נארישע אשכול האט געעפענט איינער מיט א אגענדע!! עס איז א אלטע ארונישער אגענדע אים צו אונטערהאקן, זיי האלטן נישט אויס אז ער לעבט און ער האט א פלאטפארמע ווי מ'קען אים זען, אויך וויל איך דיר זאגן אז עס איז דא נאך א אגענדע פון אנדערע פאליטישע כוחות וואס זוכן אים אונטערצוהאקן, אפילו ביי אונז אינעווייניג, ס'איז א פשוטע 'פאוער סטראגעל', א פערזענדליכע אגענדע!! מ'דארף עס איגנארן ווייל מענצער מאכט זיך במילא נישט צו טוהן דערפון!

דזשיגאן » 18/12/2011 21:51

וויכטיג, איך הער נאך אלץ נישט וואס ער האט געטון פאר סאטמאר! דו האסט שוין אויסגערעכנט זאכן וואס ער האט נישט געקענט טון, דו קענסט נישט זאגן אז ער האט געטון (...), אבער איז טאקע נישטא קיין איין זאך וואס מ'קען אנצייגן מיטן פינגער אז ער האט געטון, דעמאלס פארוואס דארף ער צוגיין מיט פאליטישענס צום רבי'ן? עזרא פרידלענדער האט פונקט אזוי ליב פאפארצי ווי מענצער, אפשר בעט מען אים אז ער זאל עס טון

לאנצוט » 18/12/2011 23:07

שפילן פארטיי איז נישט ערלויבט אויף דעם פארום.

תוקן על ידי המהדרין ב- 19/12/2011 00:57:55

סטראבערי » 18/12/2011 23:15

וואס א חילוק ווער?
ב"ה אז ס'איז דא אן געטרייע עסקן ווי ר' יונתן וואס האט געקענט ריפלעיסען רמ"ד. און זה הוא.

1)  רמ"ד וואלט אים נישט געשטעלט אלס א במקום ווען נישט וואס ער ווייסט 100 % אז ער איז כדאי.

2)  געדענק איך יענעם שמיני עצרת - נישט מער געדאכט - איז ער שטארק געווען דער גורם, אז מען האט אריינגעלאזט סאטמאר און נישט די טענט-בויעס אין ביהמ"ד הגדול!

דייקן » 18/12/2011 23:16

אה, מ'ברענגט שוין אריין א פרישן נאמען אין בילד...

ביטע, נישט אין פובליק, חסידי מהר"א האלטן זיך אונטער מיט דעם אשכול... ס'איז שוין אפילו אראפגעסעיווט צו קענען נוצן נאכן מחיקה...

ביידען » 18/12/2011 23:47

דייקן אויב דארפט עטס צוקומען צו די אשכול צו נעמען ענקערע בארואיגונגס פילן דאן זענט עטס אויף גרויסע צרות
איך האב פאר דיר אן עצה קוק דעם בילד וואס פשיהא האט ארויפגעלייגט פאר ענק דעקעלעך פארגלייזט דיך דיינע אויגען נאכדעם שווער ביי ראט''נס קליינע בארד אז דער קליינער ברידער האט געהאט א פיצי עולם


תוקן על ידי ביידען ב- 18/12/2011 23:52:51

דזשיגאן » 19/12/2011 00:19

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לדעתי,
דער אשכול צו באגראבן הרה"ח ר' יונתן מענצער שליט"א איז אן אגענדע פון א.י. פריעדמאן. 


אן קיין צווייפעל.
‎​
 
אינטערעסאנט אז נאר דער ניק "לאנצוט" וואס מ'האט שוין דא מערערע מאל איבערגעצייגט אין די פארגאנגענהייט אז ער איז א אהרוני וואס פרובירט צו ספינען, פארשטייט אז דאס איז א אגענדע קעגן "הרה"ח ר' יונתן שליט"א"

געלעכטער » 19/12/2011 00:37

דזשיגאן, דאס איז גארנישט קיין השערות. דער לאנצוט האט טאקע היינט פארגעסן צו טוישן ניק צו פשיהא, רבי יונה, שומר שמיטה וכו'.
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2576977&whichpage=2&forum_id=16386#R_6
 
און פונקט ער גייט פייער פאר יונתן. הדבר הזה אומר דרשינו!

טאטעלע » 19/12/2011 00:49

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס א חילוק ווער?
ב"ה אז ס'איז דא אן געטרייע עסקן ווי ר' יונתן וואס האט געקענט ריפלעיסען רמ"ד. און זה הוא.

1)  רמ"ד וואלט אים נישט געשטעלט אלס א במקום ווען נישט וואס ער ווייסט 100 % אז ער איז כדאי.

2)  געדענק איך יענעם שמיני עצרת - נישט מער געדאכט - איז ער שטארק געווען דער גורם, אז מען האט אריינגעלאזט סאטמאר און נישט די טענט-בויעס אין ביהמ"ד הגדול!

 
למען הקלארקייט: פארטרעטן ר' משה דוד נעכטן האט דער בארימטער סאטמארער עסקן ר' שלום דייטש און ר' משה דוד'ס געהילף ר' דעוויד כ"ץ. יונתן מענצער האט נעכטן קיינעם נישט פארטרעטן, ער איז בלויז געקומען פאר די בילדער. ער האט דארט געהאט זיינע בנים מיט זיך וועלכע זענען געלאפן ארום אים מיט קעמרעס און ער האט זיך יעדע פאר מינוט געשטעלט פאר א פאטא אפ מיט א צווייטן.
 
והשנית וועגן שמיני עצרת, איך האב נישט קיין השגה צי דו בוסט שוין געווען געבוירן דעמאלס, אבער דער נאמען יונתן מענצער איז קיינמאל נישט ארויפגעקומען אפילו פאר א וויץ אז ער האט דא עפעס געהאט א יד. קען זיין ער האט זיך ארומגעדרייט נעמען קרעדיט, אבער אין פאקט האט ער דערמיט גארנישט געהאט.

מלך_מלכים » 19/12/2011 16:08

איך האב אויך באמערקט די גאנצע בילדער אפעראציע, למעשה ווייס איך נישט צו עס איז כדי צו מאכן דערפון א גאנצע טראסק. וואס עס איז יא וויכטיג איז, אז דער אויבן אן בכלליות, ביי אלע מסיבות,חתונות, וכדומה צריך תיקון גדול, יעדער מר בר רב אשי דרייט זיך דארט ווי ביים טאטן אין ווייגארטן, איך אליינס בין ארויף אויפן אויפן סטעידש אין דורעך שפאצירט פון איין עק ביזן צווייטן, אן קיין גרויסע שטערונגען, די דער אויבן אן איז צוזאם געשטיפט ווי נישט נארמאל, אדרבה כאפט א בליק אויף די קלארע קליפס, אין זאגטס מיר צו דאס איז נארמאל? ט

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 19/12/2011 16:11:25

ביידען » 19/12/2011 17:22

פונעם זאל גופא באמערקט מען נישט וואס טוט זיך  פונקטליך אויפן אויבנאן האב איך טאקע נישט באמערקט וואס עס טוט זיך דארט אבער קוקנדיג די קליפ צום סוף זעהט מען וואס עס גייט פאר יעדער וואס האט אביסל פראטעקציע האט זיך ארויפגעריקט און מען שטופט זיך 
אפשר איז כדאי צו דינגען א פריוואטע סעקיוריטי קאמפעני א שטייגער ווי שמירה פון קראון הייטס וואס זאל שטיין ביי בי טרעפ וואס פירט צו די אויבנאן אין מען זאל ארויפלאזן נאר דעי וואס האבן א ספעציעלן פערמיט

וויכטיג » 20/12/2011 01:51

איך האב אויך געזען, אבער באמת וועמען גייט דאס אן? ווילאנג ס'איז נישט קיין געפאר אדער אומארדענונג איז עס א חלק פון די "גראואינג פעינס?", נישט יעדער פארשטייט וואס מיינט קאנטראלירן די גרעסטע קהילה אין דער וועלט קע"ה,מ'האט געהאט ב"ה הונדערטער עסקנים און סדרנים אויף יעדע אפטיילונג און חלק, נו, האבן זיך נאך אפאר גבאים און עסקנים ארויפגערוקט, איז וואס?

לסיומא דמילתא, ווער ס'איז באמת נייגעריג צו וויסן, העסקן הנמרץ לטובת הכלל והפרט, ספעציעל און עקסטער פאר אונזער הייליגע קהילה און מוסדות, הטפסר המרומם הרב יונתן יוסף מענצער שליט"א, וועלכער איז אויסגעשטאנען שמיץ און האגל פון די רשעים וואס ווילן אונז אונטערברענגען, און אריינגעכאפט חצים ובליסטראות פון אונזערע קעגנער די שונאי סאטמאר, און ווי א לייב איז ער אונז געשטאנען צו די האנט מיט וואס ס'האט אויסגעפעלט..

וואס האט ער געטון פאר אונז? די תירוץ איז, "וואס נישט"? אין די ערשטע יארן ווען מיר זענען אויסגעשטאנען לעגאלע פראבלעמען און מ'האט געדארפט צוקומען צו פאליטישאנס טאג און נאכט האט ער אומערמידליך געארבעט יומם ולילה, מ'האט נישט אויסגעקלאפט אין ביהמ"ד יעדן טאג וואס פארא שטיינער די חברה לייגן אונטער און פונקטליך וויאזוי מ'איז בעז"ה לויז געווארן, שווערע בערג זענען מיר דורך, קלייניגקייטן וואס זענען באוואוסט געווען איז למשל די כסדר'דיגע פערמיטן פאר ביהמ"ד החדש, די ארמארי בנין עטליכע מאל, ביי די שמיני עצרת אקופאציע און פאגראם איז ער געווען גאר אינסטרומענטאל אין איינשטעלן ארדענונג..

און אויב מאכט זיך דא איינער ווי ער ווייסט נישט וואס הרב הצדיק ר' משה דוד נידערמאן ליידט זיך אן פון די רשעים ומוסרים ווי זיי זוכן אים אונטערצוברענגען שוין באלד 13 יאר בלויז ווייל ער קערט אן צו די צד פון די אריגינעלע סאטמארער קהילה תחת דגלו של מרן רבינו מהרי"י שליט"א, און האט זיך נישט געוואלט מכניע זיין אונטער זייער טעראר און דרוק, און ער גייט דאס נאך אלס אדורך, און כידוע וואלט ער נישט געקענט מחזיק מעמד זיין איין טאג אן די שטיצע און שטארקע הילף פון די חשוב'ע הנהלה פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וועלכע עס זענען געווען אקטיוו בראש וראשון די צוויי עסקנים וואס געבן זיך אוועק פאר יעדן איד בלב ונפש הרב יונתן מענצער און הרב יחיאל גאלדבערגער, ווי אויך הרב העסקן הנמרץ והמרומם שלום דייטש, וואס זיי האבן האנט ביי האנט געשיצט און געשטיצט דעם גרויסן עסקן הרב משה דוד שליט"א ...
 
און אחרון חביב, די ארמארי בנין וואס מיר האבן יעצט געהאט, און האט אזוי וויכטיג אויסגעפעלט פאר רבבות אנשי שלומינו זיך צו פרייען אינאיינעם מיט מלכינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אינאיינעם, און איז גארנישט געגאנגען אזוי גרניג, צער יגון ואנחה איז מען דורך ביז מ'האט זיך דערזען דערין, דאס האט ערלעדיגט נישט קיין אנדערע ווי הרב יונתן יוסף מענצער מיט הרב משה דוד נידערמאן...