היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מהר"א מסאטמאר: איך גיי ארויס אין מלחמה קעגן קאמפיוטערס!

מהר"א מסאטמאר: איך גיי ארויס אין מלחמה קעגן קאמפיוטערס!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2931833

פארברענג » 18/12/2011 19:41

נעכטן האט רבינו הגה"ק שליט"א אויסגעשריגן בקול רם: נאכן שטארקן סוקסעס אין קרית יואל איבערן תקנה פון נישט האבן קיין קאמפיוטערס אין שטוב, גייט מען עס יעצט איינפירן אינעם שטאט וומ"ס.

וואויל פאר אונז סאטמארע אידן אז מיר האבן אזא מנהיג!

ווי אויך האט רבינו שליט"א גערעדט איבער די פאלגענדע ענינים:

§         אוהל רשב"י.

§         נישט זיך רייצן מיטן פרעזידענט.

§         שטוב מלבוש פאר פרויען אי"ה קומענדיגע פסח סעזאן.

§         ניי תקנה איבער קאמפיוטער ווי אויבן דערמאנט. (אזוי אויך הער איך אז די קהלה גייט צו שטעלן אפיסעס פאר א ביליגע פרייז)  

§         מחזק געווען די סאטמארע היינט אלוועלטליכע חתונה תקנות, ספעיציעל איבער ענדיגן צייטליך.

 

וואויל פאר אונז סאטמארע אידן אז מיר האבן אזא מנהיג!




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/12/2011 20:10:29

IAMSMART » 18/12/2011 20:59

איך וועל עס מאכען בקיצור
נאך 20 יאר שפייען בליט
סאיז גארנישט אינדערהיים האט מען אויך געשלאגען אין מען האט געשריגען כהנים ארויס
אפרא לפומיא
ווארפען שטיינער אויף די רעבעצען ע"ה
דער פראפעשענעל בר מוחה פין מאנסי
שלאגען שארמשער רב שליט:א
פלעטערען דעם קאפ פאר יצחק לייב וויינגערטען
נאכשרייען נחמן בראך אויף די גאסען
נאכשרייען מאיר שפיץ אויף די גאסען
ועוד
געט א קיק ארונימלעך..וואס איז אויס געוואקסען!וואס האט נאר די רבי זאל זיין געזינט געזאגט?די הינט קענען בילען אין די באן וועט ווייטער פארן..

פשיהא » 18/12/2011 22:04

לייג צו:

פגום
שייגעץ ארויס
נחמן בראך ממזר.
עקבי הסוס
וועקי
וכו' וכו'.

דער סך הכל איז:

7 טויזענט משלחן מלכימ'ס זענען נעכטן נאכט צעכאפט געווארן.

600 דפים פון שמועסן פון גאונות און בקיאות, מיט די גרעסטע לייבן און גאונים אין דור, און מיט די עפרא לפומא, מיט'ן אפשפארן די קרעטשמע, מיט'ן ארויסטראסקען די מצורעים אויף די גאס.... מיט דעם אלעם:

האט ער איבערגעשטיגן דעם נועם המידות 3 טו 1.

דריי מאל דעם ציבור  ביז האלב צוויי ביינאכט !

דאס איז דער גרויסער כח פון די סטרא אחרא ב"ה !