היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אשרי עין ראתה - כא כסלו תשע"ב - סאטמאר מוהרי"י

אשרי עין ראתה - כא כסלו תשע"ב - סאטמאר מוהרי"י

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2931686

הדלקה » 18/12/2011 08:45

איך קען מיך נאכנישט צינויפקלייבן אפצושרייבן א באריכט איבער די געוואלדיגע מעמד כבוד שמים ווי שווערע טויזענטער האבן אנטיילגענומען בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, 

דער מעמד איז געווען העכער אלע ערווארטונגען ברוחניות מיט די דערהויבענע דברות קודש פונעם רבי'ן, די אינהאלטסרייכע דרשות, די געהויבענע טענץ, און אויך בגשמיות ס'איז געווען הערליך ציגעגרייט און זייער קאארדענירט צום צופרידענהייט פונעם גאנצן ציבור.

כאטש די עסקנים האבן ציגעשטעלט דער זאל צום מאקסימום האבן טויזענטער געמוזט בלייבן שטיין ביי די אריינגענג און נישט געקענט טרעפן א בענקעל אין זאל צוליבן געדרענג, 

עס האבן אויך אויפגעטרעטן הרב הערץ פרענקל, הרב יואל כ"ץ, און דער יו"ר ר' שלום שניצלער, און ר' חיים יצחק מאנדל

א לענגערע באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן,

תוקן על ידי הדלקה ב- 18/12/2011 08:48:00



תוקן על ידי המהדרין ב- 18/12/2011 17:22:30

1satmar » 18/12/2011 10:08

כ"א כסליו באותו מקום של רבותינו הקדושים אשרי עין ראתה אלפי אלפים תלמידי רבינו ובראשם כ"ק רבינו שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי 1satmar ב- 18/12/2011 10:22:56

פדן_ארם » 18/12/2011 10:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 18/12/2011 10:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 18/12/2011 10:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 18/12/2011 10:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 18/12/2011 10:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 18/12/2011 10:57

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 18/12/2011 11:45

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="500" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

תוקן על ידי המהדרין ב- 18/12/2011 16:04:29

SatmarBum » 18/12/2011 11:47

SatmarBum » 18/12/2011 11:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 18/12/2011 12:39

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 18/12/2011 23:37:26


SatmarBum » 18/12/2011 12:43

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*





* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

1satmar » 18/12/2011 16:39

כ"א כסליו אשרי עין ראתה אלפי אלפים תלמידי רבינו ובראשם כ"ק רבינו שליט"א

וויכטיג » 18/12/2011 19:39

די ווערטער בוך איז צו ארעם, און דער פעדער איז צו שוואך צו קענען ארויסברענגען די טיפע און געהויבענע הרגשים פון די מעמד אדיר לרגל יום ההצלה אין די ריזיגע ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין וויליאמסבורג מוצש"ק וישב תשע"ב, די הארץ גיסט איבער מיט שבח והודי' פאר'ן בוכ"ע פאר אונז איבערלאזן רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע וואס איז אונז געבליבן להחיות לפליטה גדולה, געראטעוועט דעם דור פון מינות וכפירה, און אהערגעשטעלט אזא שיין הערליך חסידישע דור, נעכטן נאכט האבן גערינען טרערן פון התרגשות צוזעענדיג וויפיל טויזנטער טויזנטער אידן מרנן ורבנן ותלמידיהון, ראשי ישיבה ומורי הוראה, תלמידי חכמים, חסידים ואנשי מעשה, אברכים ובחורי חמד זענען זיך צוזאמען געקומען תחת קורת גג אחד מיט איין ציל, זיך ווייטער מחזק זיין און פירן אויף דעם הייליגן וועג וואס ער האט אונז געלערנט, להמשיך דרכו הסלולה, און צו חזר'ן משנתו הטהורה.

נישטא קיין ווערטער צו שילדערן די התרגשות ווען אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין זאל, דער עולם איז ווי פון זיך אויפגעשפרינגען און אריין אין עקסטאז, ווי אן עלעקטרישער שטראם וואלט דורכגעלאפן די מאסן מענטשן וואס האבן איבערגעפולט די ריזיגע ארמארי זאל.. און ווען אלע טאנצן און דאנקן דעם אויבערשטן פאר'ן איבערלאזן דעם גרויסן מתנה רביה"ק זי"ע מיט נסי נסים פון די הענט פון די רשעים די דייטשן ימ"ש, רייסט זיך אויך ארויס א לויב און דאנק פאר'ן באשעפער וואס האט אונז נישט פארלאזט און געשיקט א ממשיך דרכו וואס קעמפט ווי א לייב זיך צו קלאמערן אין דעם גראדן אויסגעטרעטענעם וועג וואס רביה"ק האט אונז געלערנט, נישט נאכלאזן און ח"ו פרובירן געפעלן פאר די גאס, מיט שטאלץ זיך רעפרעזענטירן מיט דעם הייליגן "ויואל משה" זוכן צו געפעלן דעם רבוש"ע, נישט די דרויסנדיגער וועלט, מיר דארפן ווייטער הייבן די הענט און בעטן אויף לעתיד אז השי"ת זאל שיקן דעם רבי'ן שליט"א לאנגע געזונטע יארן, יאריך ימים על ממלכתו עד ביאת הגואל..

יעדע מינוט פון דעם מעמד איז געווען נאך א רינגעלע אינעם קייט פון הנאה ותענוג רוחני, די דרשות, ריקודין ומחולות, און פארשטייט זיך די שפיץ און דער קלימאקס איז געווען ווען רבינו שליט"א דער מנהיג ומורה דרך האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, א שטילקיייט האט געהערשט אין זאל דורכאויס דעם דרשה ווען יעדער שפיצט אן מויל און אויער נישט צו פארפעלן א ווארט פון די דברות קודש פון דעם פום ממלל רברבן מרן רבינו שליט"א, דער גענעראל וואס שטייט אין שפיץ פון די גרעסטע קהילה אין דער וועלט און איז מטיף דברי מוסר והדרכה, דברי חיזוק ועידוד מיר זאלן וויסן את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר יעשון..

דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט גאר געהויבענע געפילן און געמיטער, און מסיים געווען מעין ההתחלה:

"חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו....."

ביידען » 18/12/2011 19:57

אשרי עין ראתה כל אלה!!!!!
עס איז פשוט נישט מעגליך צו באשרייבן דעם היסטארישן מעמד פאר איינער וואס האט עס נישט פרעזענליך מיטגעלעבט וועט וועט עס ממילא נישט פארשטיין
אבער איין שרעקליכע דורכפאל איז געווען....
עס איז נישט געווען קיין פלאץ, איך בין אנגעקומען אין זאל בערך א האלבע שעה פאר רבינו שליט''א איז ערשינען אין איך האב נישט געהאט ווי צו זיצן קוים וואס איך האב געהאט ווי צו שטיין...
מען קען אבער נישט האבן קיין טענות צו די עסקנים וועלעכע האבן פרובירט מיט אלע כוחות צוצושטעלן דאס מערסטע וואס שייך מען האט כסדר אריין געברענגט נאך אין נאך בענקלעך אבער עס איז ווייט נישט גענוג געווען בליעה''ר
דער מעכטיגער ארמארי זאל איז געווען שרעקליך ענג   
מען דארף געבן קרעדיט פאר די געטרייע הנהלת הישיבה וועלכע האבן זיכער געמאכט היי יאר צוצושטעלן נאך עטליכע טויזענט זיץ פלעצער אבער עס איז ווייטער נישט געווען גענוג
אין איך האף אז נעקסטע יאר וועט מען צושטעלן גענוג זיצן (אויב עס איז בכלל מעגליך...)
אין מיט א תפלה צום בוכ''ע בעטן מיר אז ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור אז אבינו רועינו כ''ק מרן רבינו שליט''א
זאל קענען פירן די עדה הקדושה על דרך ישראל סבא געזונטערהייט עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב''א
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

גינגריטש » 18/12/2011 20:15

איך בין לעצטעס יאר געווען פון די וואס האבען נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצען אין וועסטערען פלאזא, דעס יאר האב איך געוויסט איך מיז גיין פרי צו קענען כאפען א פלאץ, ווען איך אריינגעקומען אין ארמערי איז נאך געווען זייער פרי, אבער מענטשען האבען שוין געשטרוימט אין גרויסען, איך בין אריין אין זאל, איך האב געזען וויפיל פלעצער מהאט אנגעגרייט מיט אזעלעכע הויבע שטאקיקע פרענטשעס, אריינגעשטיפט זיצען און פרענטשעס ווי מהאט נאר געקענט, איך האב מיך פלעין דערשראקען, מדארף טאקע סאך מער פלאץ ווי לעצטעס יאר, אבער, געוואלד וויאזוי וועט זיך די פילע טויזענטער פלעצער אמאל אנפילן?
איך בין געגאנגען און גענומען א גוטע פלאץ און געהאפט אז די זאל וועט אמאל ווערן אנגעפילט, ארום א האלבע שעה שפעטער וויל איך ארויסגיין אין בית כסא, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויגען, איך האב קוים זיך געקענט אדורעכשטופען ארויס צו גיין, און קיין ליידיגע פלאץ איז שוין נישט געווען, ווען איך בין צוריק געקומען האב איך געזען ווי הונדרעטער מענטשען שטייען און האבען נישט ווי צו זיצען, ב"ה אז דעס איז אונזער פראבלעם, ס'טוט וויי אז מענטשען האבען געמיזט בלייבען שטיין אדער נישט געקענט אריינקומען אין האל, אבער איך גלויב נישט אז סאיז דא א עצה, אחוץ וואס איך האב געטוען, קומען פרי!

ביידען » 18/12/2011 20:26

איך האב אויך געטראכט די זעלבע אז איך וועל קומען פרי אבער איך קום פון אפסטעיט (קר''י)
און איך בין ארויס געפארן א פערטל צו אכט אין איך האב אריינשפאצירט אין זאל צוויי שעה שפעטער ( צוליב טרעפיק)
איך האב געטראכט אז אזוי ווי היי יאר האט מען סאך  א גרעסערע זאל ווי פאראריאר איז נישט אזוי געפערליך און מען וועט נאך טרעפן א פלאץ אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן אריינקומענדיג אין זאל אז אפילו דער ארמארי איז גאר קליין

ביידען » 18/12/2011 21:26

א קורצע איבערזיכט אויף די דברות קודש במעמד רבבות ישראל
נאך א לענגערע דרוש אויף פרשת השבוע האט דער רבי שליט''א  הערליך משלב געווען דעם נס חנוכה צו דעם נס פון כ''א כסלו אין וועלעכע דער רועה נאמן מרן רבינו הקוה''ט זי''ע איז געראטעוועט געווארן פון די דייטשע רשעים ימ''ש
דער רבי האט הערליך אויסגעשמועסט אז דער נס גייט נאך יעדן איינציגסטן טאג עד היום הזה אין די הייליגע מוסדות ווי עס ווערן נתחנך קרוב צו 10.000 קינדער בליעה''ר מיט גרויס התרגשות האט דער רבי געבעטן תומכי המוסדות אליינס צו גיין באזוכן אין די תלמוד תורה אין אז מען זאל זעהן די נס מיט די אייגענע אויגן
דערנאך האט דער רבי גערעדט מעינינא דיומא איבער די השטלטות הכופרים אויפן הייליגן ציון הרשב''י
ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס ווערט ליידער געשטיצט דורך די אזויגערופענע פרומע מיטגלידער אינעם כנסת המינים
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די שרעקליכע העצע וואס ווערט אנגעפירט אקעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט יר''ה אין די שרעקליכע סכנה וואס קען ארויסקומען דערפון ה''י
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען איבער פארשידענע לייען מאטריאל וועלכע שטאפן אן דעם קאפ מיט גוישקייט
אזוי אויך האט דער רבי גערעדט איבער די אינטערנעט ווי דער רבי האט מעורר געווען אז ווער עס דארף דאס האבן זאל נעמען דעם שטארקסטן פילטער 
 

מלך_מלכים » 18/12/2011 22:10

די זאל איז באמת געוועהן זייער גוט אויסגעשטעלט, אויסגענוצט יעדע אינטש ווי עס דארף צו זיין, איין קליינע הערה וואלט איך צוגעלייגט, ארום דעם זאל איז דא א גאלעריע, וואלט נישט בעסער געוועהן אז מען לייגט די בחורים אויף די גאלעריע אין מען מאכט די דורעגענג אביסל ברייטער? די דורעגענג זענען יאר איין אין יאר אויס ממש א דיזעסטער, מען שטופט זיך קעפ אויף קעפ, פארוואס זאל מען נישט דאס אביסל פארבעסערן? אז סאיז דא פלאץ? 

עםהארץל » 18/12/2011 23:41

די גאלערי איז נישט אזוי גרויס, מען וואלט פארדינט צוויי שורות, און אויך נישט אינגאנצן ווייל די עיר קאנדישן און סטיעם סיסטעמס ליגן אויף די גאלערי

מלך_מלכים » 19/12/2011 15:52

נו? צוויי שורות צוגעלייגט פאר די דורעכגענג וואלט אסאך אויסגעמאכט, יעדע אונטש מאכט אויס, סאיז א שטארקע יסוד , אז מען זאל קענען אנקומען צו א פלאץ אן ווערען צוזעצט הינדערט מאל עטליעסט ווען מען קומט פרי.

גינגריטש » 19/12/2011 18:01

מיינע שכנים נעבען מיר אין ארמערי האבען זיך אויסגעדרוקט אז די נאכט גייט אריין אין היסטארי, סאטמאר האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהאט אזא עולם, איך מיין אז עס איז גערעכט

נארפאקטן » 20/12/2011 00:31

וואס איז געשען מיט די איסור אויף פיקטשערס?

וויכטיג » 20/12/2011 01:13

אזויפיל קומט נאך אלס קרעדיט די עסקנים, זיי האבן אויסגעשטעלט די זאל מיט גרויס חכמה אויסצונוצן יעדע סענטימעטער, אנגעפילט יעדע ברעקל פלאץ מיט גראדע לאנגע טישן צו אויסנוצן די מאקסימום, נישט ווי אן אנדערע פלאץ ווי מ'האט אנגעפילט א גרויסן שטח מיט גרויסע רינדעכיגע טישן וואס נעמט אויף דאפלט פלאץ, אויך האבן די עסקנים דא אהערגעשטעלט הויכע אכט שטאקן פארענטשעס אויף ביידע זייטן לענגאויס די זאל פון עק צו עק, נישט ווי אנדערע וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו ריזיקירן מיט מער ווי בלויז דריי שטאקן...

1satmar » 5/1/2012 06:24

חגיגת כ"א כסליו ובראשם כ"ק מהרי"י ט"ב אב"ד סאטמאר שליט"א חלק ב

נארפאקטן » 5/1/2012 17:41

וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום

די הנהלה פון 'אידישע געדאנק' האט ערהאלטן — אינאיינעם מיט די אנדערע מנהלים און אנפירער פון אידישע צייטונגען און בילדער מאגאזינען — א בריוו פון בית כ"ק האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, אונטערגעשריבן פערזענליך פון משב"ק הר"ר שמואל טייטלבוים, וואו מען בעט בכל לשון של בקשה צו ערפילן דעם רצון און באגער פון כ"ק האדמו"ר שליט"א נישט צו פארעפענטליכן זיינע בילדער וויבאלד דאס איז למורת רוחו.

אין ליכט פון דער בקשה, וכדי לכבד את רצון קדשו פון א מנהיג ישראל, טוט די הנהלה מעלדן א נייע תקנת המקום, און עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו פאוסטן אויף דעם פארום קיין שום בילדער פון האדמו"ר מסאטמאר באיזה צורה ואופן שיהי'.


די הנהלה וועט מהיום והלאה שטרענג פארסירן די נייע תקנה. א ניק וואס וועט דערויף עובר זיין וועט אויסשטיין צו פארלירן רשות כתיבה אויף אייביג.


המהדרין

בשם די הנהלה

געלעכטער » 5/1/2012 21:01

שעפעלע מ'ווייסט פונקטליך וואס דיר באדערט, דארפסט נישט יעדעס מאל קומען מיט די זעלבע תורה.

אבראהאם » 5/1/2012 23:38

פארוואס שמועסט יעדער ווען ר' זלמן רעדט ?

געלעכטער » 6/1/2012 10:43

האט מיר איינער געזאגט א שיינעם געדאנק. די אהרונים האבן גענומען אויף זיך א מיסיע צו ברעינוואשן זייערע מענטשן אז ר' זלמן לייב האט נישט קיין הונדערט אידן, איי מ'זעהט דאך אין פאקט אז ר' זלמן לייב האט טויזענטער אידן, אויף דעם האט מען דערווישט א באמבע פון לעדל אז דאס זענען נישט קיין חסידים, דאס זענען פשוט דעם כלב אהרן'ס שונאים און מתנגדים. פרעג איך אייך וועלכער נארמאלער מענטש וויל געהערן צו א רבי'ן וואס זיין באזע פון שונאים און מתנגדים וואקסן פון יאר צו יאר, און עס קומען זיך צוזאם טויזענטער פון זיי אויסצושרייען אז נישט ר' זלמן לייב איז אונזער רבי, נאר מיר האבן פיינט אהרן טייטלבוים?

וואסזשע » 25/1/2012 00:45

ווער עס וויל זיך אביסל אויפפרישן די אומפארגעסליכע געהויבענע סעודת הודאה, במקהלות רבבות עמך בית ישראל
זאל ביטע כאפן א בליק אינעם הערליכן "קול תורה ויראה" פון חודש טבת, יעצט ארויסגעשיקט געווארן אויף די אימעיל'ס