גאנץ א גוטע טריי.. דאס איז די ערשטע הכנה צו די ארונישע "געווינערס" צו קענען אפענטפערן א טאג נאכ'ן מעמד פארוואס ביי די זאלונים איז געווען א גרעסערע עולם..
פאריגע יאר, ווען נאך זייער גאנצע פראפאגאנדע מיט טויזנטער קאלירטע פלאקאטן ווי "עקסייטינג" ס'גייט זיין צו פארן אויף א "טריפ" מיט שיפן וכו' איז למעשה ביי זייער פאלאסקי געווען א עולם היפש קלענער ווי אין וועסטערן פלאזא אן קיין "טריפס" מיט "קענדיס" און אן די קאלירטע פלאקאטן אויף די גאסן.. איז געקומען צו פליען איין תירוץ נאכ'ן צווייטן, די שיפן זענען פשוט נישט אנגעקומען, די שיפן האבן נישט געהאט גענוג פלאץ, וכו' .. איי מיט א פשוטע "געלע באס" איז עס א וועג פון אפשר צען מינוט, אבער, מממע,מי, מיא.. מיר זענען נאך אלס די גרעסטע...
דאס יאר ווען די צוויי ארמארי געביידעס זענען בערך די זעלבע גרויס, די אויסשטעל פון ביידע האט מען געמאכט בערך די זעלבע, בלויז עטליכע קליינע חילוקים, ביי די זאלונים אין וויליאמסבורג ארמארי געביידע האט מען אנגעגרייט פיל מער פלעצער סיי פאר בעלי בתים סיי פאר אברכים און בחורים, גיב למשל א שטיקל בליק ווי הויך און וויפיל שטאקן די פארענטשעס זענען ביי קראון הייטס, און קוק ביי וויליאמסבורג, און פארמאך דיין פארווייטאגט מויל מיט וואסער ביז דו וועסט קענען אויפקומען מיט א בעסער ספין אונטער א אנדערע פארווייטאגטע ניק..