אין היינטיגן "דער איד" איז ערשינען א ספעציעלע ביילאגע לכבוד דעם יום הצלה והשחרור פון רביה"ק זי"ע ולרגל דעם כינוס וסעודת הודאה און דינער השנתי.
דער ביילאגע איז אויסטערליש רייך און מ'קען דאס ממש נישט אראפלייגן פון די האנט, די זעלטן היסטארישע בילדער פון די כינוס לצדיקים און שמחות אין ניו יארק סטעיט ארמארי; דער אונטערוויו מיט א איד וואס איז געווען מיטן רבי'ן אין בערגען בעלזן לאגער, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטען פארעפענטליכט צום ערשטן מאל פון די 'קאסטנער צוג'; דער רייכער קאלום "די וואך אין היסטאריע", די 150 יעריגע היסטאריע פון דעם ארמארי בילדונג, באגלייט מיט אור-אלטע בילדער און דעטאלירטע דאטומען פון מעמדים וועלכע זענען פארגעקומען אין ארמארי; ראשי פרקים פונעם ספר "נקיי הדעת שבירושלים", וועלכע לויפט אין א וועכענטליכער קאלום אין דער איד, און ערשיינט היי יאר צום דריטן מאל אין א באנד צום דינער. און נאך גאר רייכע ארטיקלען און דאקומענטן.