עס זענען דא מאנכע וואס האלטן אז דער וומ"ב עירוב איז א נייער סארט צורת הפתח וואס די עיני גשמי קענען נישט שולט זיין דערויף
טעות טעות טעות,
איך קען מעיד כשמש בצהריים זיין אז דער צורת הפתח איז א דבר גשמי וואס דער פליישיגער אויג איז פולקאם שולט דערויף,
וואזשע דען,
ווי און וואס פונקטליך דאס איז? אטער דאס איז אינו מגלין אלא לצניעין, צוליב דער חשש פון סאבאטאזש,
ווייל היות געוויסע עקסטרעמיסטן, קראים, צדוקים, צבועים, האבן אדאפטירט א נייער מושג אז זיי האבן א היפך מחשבה לגבי דעם ענין פון זכוי הפת, אזאך וואס שלא שמענו ולא שערו אבותינו,
הרה"צ ר' אברהם לייטנער זצוק"ל האט מפורש נישט געמאכט קיין ברכה אויפן עירוב,
שלעכטע נייעס פאר דיר, ר' געציל בערקאוויטש האט אויך אונטערגעשריבן אז מ'דארף מאכן א ברכה אויפן עירוב אין וויליאמסבורג. יעצט מאך אפ איז ר' געצילס פסק גילטיג צי נישט?
אז די וועסט קיקען אין ר' געציל'ס תשיבה וועסטו זען אז דאס האט גארנישט צוטון מיט דעם כשרות הערוב.
ער זאגט אז וויבאלט איך ניץ נישט דעם עירוב קען איך מאכן א ברכה. ער פאריפט זיך אויף א של"ה וואס ברענגט אזוי פין די מהרי"ל.
אז די רעדסט שוין פין ר' אברהם לייטנער איז כדי צי באמערקן אז ער שרייבט אז זיין פראבלעם איז מיט כלים ששבתו בבית אין נישט כלים ששבתו בחצר ווי למשל א וועגעלי -וואס דאס איז מותר לטלטלן מחצר לחצר אן א עירוב
ווי איז די בירור הלכה להיתר
שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', הנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".
הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"
[בילד – נישט אפגעהיט]
כבוד שלמהווייס, כאף איר קענט מבחין זיין צווישן די צוויי טערמינען "ניכר" און "ידוע", אויב איר וועט דאס פארשטיין ווערט איר קומען צו די הכרה אז אייער העתקות זענען לגמרי נישט נוגע אהער, דארט רעדט זיך פון א צורת הפתח וואס איז נעשה באופן וואס איז "ידוע לכל", נאר עס זעהט זיך נישט אן, צוליב וואס איז קליין אדער פארשטעלט, ממילא איז עס נישט "ניכר",
דא בנידן דידן רעדט מען פון א גרויסע ברייטע קלארע צורת הפתח, מען זעהט עס גוט, עס האט א קלארע לחי וקורה, נאר עס איז נישט "ידוע לכל", נישט יעדער ווייסט וואו פונקטליך דאס איז, צוליב די טעמים הידועים, דאס הייסט נישט אז ס'איז נישט "ניכר" דאס הייסט אז ס'איז נישט "ידוע",
קען זיין עס איז הארבער קען זיין גרינגער, בכל אופן, באופן כזה לא קא מיירי,
שלמה איך ווייס פין דעם חתם סופר אין א גרויסע שכוח אז די האסט דאס אהער געברענגט
יעצט פאר די אידען וואס קענען א אידיש ווארט. לאמער לערענען : נהי דלא בעי הכירא לצה"פ משום דהוה כסתום מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צוה"פ.
אויף אידש די צוה"פ איז נישט ווי א לחי וואס איז ווי א היכר פאר די בני מבוי אין איך אין די דארפן דאס זען. נאר אויב זעט זיך עס אינגאנצען נישט אן איז דאס פתחא כהאי גוונא לא עבדי אינשי אין דאס איז א פראבלעם מיט דעם צה"פ ממילא דארף דאס א היכור קצת.
בנידון דידן זאגן די רבני המכשירים אז די עירוב האט שטארקע לחי וקורת (ווי סקאט שרייבט) – אין יא א בלינדער מעג אויך טראגען
איך זעע דאס נישט אין די העתקה וואס די האסט אראפ געברענגט אבער איך געדענק אז די חתם סופר ברענגט אויך פינעם פנים מאירות אז די קליין שטקעל צי לייגען אינדרויסען דארט ווי דע לחי איז באהאלטן אין א חצר איז נאר מהיות טוב.
אז די קענסט שלמה איף יא דאנט מיינד סקען עס אויך אריין
וואס מיינט קצת? שלמה
א קורה דארף אויך נאר קצת?
(פארוואס פאברענג איך די צייט מיט עם)