היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ידינו שפכה את הדם הזה (?????)

ידינו שפכה את הדם הזה (?????)

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2930539

פשיהא » 12/12/2011 19:30

עס איז ליידער נתגלה געווארן אז דער מושחת וועלכער האט געמאכט דעם רציחה'דיגן פאשקעוויל איז ביים נייעם אפיס פון

בלוט יום ביומו

און דער באלעבאס איז:

אברהם יודא לעבאוויטש

פרטים יבואו


ג

פשיהא » 12/12/2011 19:33

יאסעלע פריעד איז אן ארבעטער דארט און מ'זעט אים אריינגיין יעדן טאג, אינעם נייעם אפיס ביי בראדוועי.

דארט האט מען געמאכט און געדרוקט דעם פאשקעוויל.


וואס מ'דארף טאן איצט קעגן "בלוט יום ביומו" איז נאר א פאראייניגטע כח פון אלע קהלות אין ווילאמסבורג קעגן דעם שלאנג און זיין רציחה אפאראט.

געלעכטער » 12/12/2011 19:37

באווייז ביטע!

מלך_מלכים » 12/12/2011 19:56

באווייז שמייז, וואס עס שטייט אויף כל העול כלו דארף נישט קיין באווייז,

געזינט » 12/12/2011 22:57

און אויב אן ארבעטער און B&H האט עס געמאכט אויפן ארבעט קאמפיטער, זאל מען אפשר צישפארען B&H ??????

אויב עס איז יוסעלע דארף מען טערעזירען יוסעלע

kootointy » 12/12/2011 23:04

פשיהא, 

ס׳איז גארנישט קיין קינדער שפיל מקפח זיין און מוציא שם רע זיין אויף א ביזנעס און ספעציעל ווען דער בעל הבית איז מאנשי שלומינו.

 

זעענדיג אז עפעס מאכט נישט קיין סענס האב איך זיך נישט געפוילט און כ׳האב איצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט ר׳ יואל שווארץ (ברמ״י - קרית יואל) וואס איז בעל הבית אויפן נייעם פרינטינג ״פרינט אן בראדוועי״. 

דבר יום ביומו דרוקט מער נישט גארנישט, ״פרינט אן בראדוועי״ פרינט עס פאר זיי - און ״קיין איין״ פאפיר ווערט נישט געדרוקט אן זיין וויסן. 

 

יעצט וואס (און אויב) י.פ. האט אויף די אייגענע האנט געטאן, האט קלאר נישט גארנישט מיט דבר יום און אוודאי נישט מיט ״פרינט אן בראדוועי״ און עס הונדערט פראצענט שקר אז דאס שוידערליך בלוט-פולע פאשקעוויל איז דארט גדרוקט געווארן.

 

מנהל, וויבאלד דאס איז קלאר שקר פארלאנג איך אז די תגובה/אשכול זאל גענצליך אראפגענומען ווערן
 

סאטמער100 » 13/12/2011 07:32

קען איינער דערמאנען די אשכולות וואס די זאליבאנצעס האבן געשריבן קעגן איינעם שווארץ וואס האט א פרינטינג ביזנעס און ער האט לפי שיטתם געמאכט קאפיס פאר א קבוצה בוחרים וואס האבן מוחה געווען קעגן פורצי גדר ביסוד קדושתן של ישראל ווי האבן זיי דארט געסטראשעט יענעם ??????????

נאר ווי אזוי שרייבט געלעכטער : הא לן והא להו בתפארתו

kootointy » 13/12/2011 19:07

סאטמער100 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קען איינער דערמאנען די אשכולות וואס די זאליבאנצעס האבן געשריבן קעגן איינעם שווארץ וואס האט א פרינטינג ביזנעס און ער האט לפי שיטתם געמאכט קאפיס פאר א קבוצה בוחרים וואס האבן מוחה געווען קעגן פורצי גדר ביסוד קדושתן של ישראל ווי האבן זיי דארט געסטראשעט יענעם ??????????

נאר ווי אזוי שרייבט געלעכטער : הא לן והא להו בתפארתו
100% גערעכט און דאס איז די יסודותדיגע חילוק צווישן די צוויי צדדים.. ביי זיי דארף מען נישט קיין שום תירוץ/היתר אונטערצברענגן א צווייטן ווילאנג יענער איז רעד פלעגגד אלץ אן ארוני... ביי אונז איז דא א תורה און שלחן ערוך!