בנין ענקי "ניו יאָרק סטעיט אַרמאָרי – קראון הייטס" אַרגאַנזשירט פאַר רבבות ישראל ביי סעודת הודאה ודינער השנתי כ"א כסלו
אין א גאר עקסטאזליכן מעלדונג ווערט געמאלדן דורכ'ן אפיס פון מוסדותינו הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר אין וויליאמסבורג, אז צום היי יעריגן דינער לטובת די צענטראלע הייליגע סאטמארער מוסדות, וואס ווערט אפגעהאלטן דורך רבבות אלפי ישראל אינאיינעם מיט דעם כינוס הודאה רבתי כ"א כסלו, די 67'סטע יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו קודש הקדשים בעל דברי יואל זי"ע, איז מיט סייעתא דשמיא און גרויס הצלחה געלונגען צו אנאקסירן דעם גיגאנטישער בנין, "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס", וואס געפינט זיך הארט נעבן וויליאמסבורג, מקום מגוריו פונעם גרויסן בעל הנס, מרן רבינו הק' זי"ע.
ווי עס שטעלט זיך ארויס דערזעט מען זיך מדי שנה בשנה נאכאמאל מיט דעם אומגלויבליכן בילד ווען עס קומען זיך צונויף אזויפיל שווערע רבבות אידן חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, און עס איז אויסער יעדן צווייפל אז מ'מוז זיך ספראווען מיט דעם וואקסענדן ציבור בליעה"ר צוצושטעלן א פלאץ אויף א מעכטיגן פארנעם, מיט א פיל-פאכיגן צאל זיצן בכמות, וואס זאל אקאמאדירן דעם ערווארטעטן ריבוי עם בליעה"ר.
חפץ ה' בידם הצליח, צו טרעפן א מעכטיגן בנין ענקי פארן היי יעריגן כינוס הודאה כ"א כסלו, דער גיגאנטישער בנין, "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס", וואס געפינט זיך הארט נעבן די שטאט וויליאמסבורג, אויף פרעזידענט סט. און בעדפארד עוו. אין די קראונהייטס געגנט, וואס וועט זיין צוגענגליך און לייכט אנצוקומען, בעז"ה, און גאר ברייט און באקוועם צוגעשטעלט פאר די טויזנטער ערווארטעטע סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק.
ווי פארשטענדליך איז נישט פון די לייכטע זאכן צוצורישן אזא גרויסן אווענט וואס זאל זיין צוגעשטעלט אויף הונדערט פראצענטיגן שלימות ווי עס פאסט זיך פאר אזא כינוס רבתי פון תלמידי וחסידי סאטמאר. ביים יעצטיגן מאמענט זענען די עסקנים אינערהאלב די סאטמארער קהלה, וועלכע האבן לאנגע יארן ערפארונג אנצופירן גרעסערע כינוסים ברוב עם, גאר שטארק אריינגעטוהן אין צושטעלן דעם ריזן בנין, אזוי איז צו ערווארטן אז די כנסי' גדולה וועט געפראוועט ווערן מיטן פולסטן פראכט און גלאנץ, לתפארת קהל חסידי סאטמאר און די רבבות המשתתפים.
ווי געווענליך אנטשפרעכט דער היי-יעריגער כינוס רבתי צו דינען אלס קוואל פון חיזוק ועידוד לתפארת עדת רבבות חסידי סאטמאר און די הונדערטער רבנים וראשי ישיבה שליט"א וועלכע ווערן ערווארטעט צום מעמד רבתי, און וועט געוויס מרומם זיין כבודו הקדוש פונעם בעל הנס, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווען אלפי רבבות פון תלמידיו וחסידיו קומען זיך צונויף מיט איין מטרה, צו מחזק זיין דעם מבצר התורה והיראה וואס ווערט געפירט לויט די הייליגע דרכים און השקפות וואס ער האט איינגעפלאנצט און איבערגעלאזט בירושתו הרוחניות.
טאג טעגליך ווערן אויך אפגעהאלטן א רייע באראטונגען אהערצושטעלן אלע דעטאלן פון דעם מעמד נשגב, און צושטעלן א מעמד מרומם לכבודה של תורה, גייסטרייך און אינהאלטפול.
-הכונו הכונו!-
•♦•

















































