היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס אויף א שבת התאחדות אין ירושלים עיה"...

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס אויף א שבת התאחדות אין ירושלים עיה"...

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2930124

סאטמארבילד » 11/12/2011 05:44

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס אויף א שבת התאחדות אין ירושלים עיה"ק

הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א קומט אהן קיין ארה"ק צו וויילן אויף שבת התאחדות מיט אנ"ש תושבי ירושלים

 

דאס ביהמ"ד ווערט צוגעגרייט אויף שב"ק

 

דער רב שליט"א קומט אהן פון לופט-פעלד אין אויטא פון

הרה"ח מוה"ר פנחס בינדער הי"ו מחשובי אנ"ש

 

ביים ענגן קבלת פנים אין שטוב פון הרה"ח מוה"ר פנחס בינדער הי"ו

 

♦♦♦

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:08

התעוררו התעוררו כי בא אור"ח

אנ"ש אין ירושלים גרייטן זיך אין די טעג צו די געהויבענעם באזוך פון הגה"צ אבד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שב"ק וישלח אין עיה"ק ירושלים ת"ו בשליחות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל דעם יערליכן שבת התאחדות פון אנ"ש.

ווי געמאלדן וועט דער שבת התאחדות פארקומען אין עיה"ק ירושלים ת"ו. דער רב שליט"א וועט אנקומען בארה"ק דאנערשטיג פרשת וישלח. במשך דעם באזוך וועט דער רב שליט"א באזוכן בהיכלי מוסדותינו הק', אין תלמוד תורה, אין ישיבה, און אין כולל למצוינים ויואל משה, און משמיע זיין מדברותיו.

די תפילות שב"ק, די שבת אחים און סעודה שלישית, וועט פארקומען ברוב עם וברוב פאר והדר בבית מדרשינו ברך משה ד'סאטמאר, אויף רחוב יונה 20.

מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן כינוס "דינער השנתי" לטובת כולל למצוינים ויואל משה בעיה"ק ת"ו, אינעם "מאנדיאל" זאל אין גבעת שאול געגענט, וואו דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן מיטן צענטראלן דרשת חיזוק והתעוררות פאר אנ"ש.

דער רב שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין ירושלים ביז זונטיג פארנאכטס.

 

יהא בואו לברכה ולהרמת קרן התורה.

 

•♦•

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:10

 

 

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:11

 

♦♦♦

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:12

הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א אנגעקומען אויף ארה"ק בשטומ"צ

היינט נאכמיטאג אום 5:00 אזייגער – אר"י צייט איז הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א בשטומ"צ אנגעקומען אויף ארה"ק ווי דער רב שליט"א וועט אי"ה – ווי באריכטעט – פראווען א שבת התאחדות מיט אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק.

 

אנקומענדיג אין לופט-פעלד האבן אנגעווארט די ראשי הקהלה ופני העדה ווי מען איז תיכף צוגעפאהרן צו די אכסניא אין ירושלים אין שטוב פון מוה"ר יואל גאלדבערגער הי"ו, ווי מען האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב.

 

נאכ'ן דאווענען איז הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א אריבער געקומען שלום געבן פאר'ן רב שליט"א, און דאן איז דער רב שליט"א געגאנגען אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר פנחס בינדער הי"ו מראשי וועד הכשרות שע"י בד"ץ העדה החדרית ומגדולי תומכי מוסדותינו הק'.

 

מארגן – ערש"ק וועט אי"ה דער רב שליט"א דאווענען שחרית אין בית מדרשינו אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה קטנה ווי נאכ'ן דאווענען וועט אי"ה פאהרקומען א מעמד קבלת פנים צוגעשטעלט דורך מוסדותינו הק'.

 

-יהא בואו לברכה-

•♦•

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:15

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

סאטמארבילד » 11/12/2011 06:21

 


היראים » 12/12/2011 04:42

 

 

היראים » 13/12/2011 23:06

jewboy » 16/12/2011 01:06

זייער שיינע בילדער [בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 22/12/2011 21:04

הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א

באזוכט אין בית שמש

 

 

 

 

 

♦♦♦