היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » למכה מצרים בבכוריהם: בני ברק אהרונים בויקאטירן ר' מענדעלע'ס ...

למכה מצרים בבכוריהם: בני ברק אהרונים בויקאטירן ר' מענדעלע'ס ...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2929593

סענעטאר » 7/12/2011 20:58

למכה מצרים בבכוריהם: בני ברק אהרונים בויקאטירן ר' מענדעלע'ס שבת התוועדות!
עס טוט זיך פריש טישן אויף בענק אין ארץ ישראל ביי די צעשפליטערטע אהרונישע קהלה. ווי אלע יארן וועט אויך היי יאר ר' מענדעלע פארן קיין ארץ ישראל פראווען א שבת התוועדות מיט די אהרונים, אבער היות ס'נישטא קיין געלט האט מען באשלאסן אז מ'וועט מאכן דעם שבת אין ירושלים אנשטאט אין מירון וואו עס פלעגט זיין ביז היינט. ‎​
 
דאס האט אויפגעשפילט די בני ברק'ער אהרונים אויף די העכסטע טענער, ר' חיים הערש מייזליש האט געזאגט אז ער גייט נישט גיין שבת קיין ירושלים, אין מירון איז ער נאך געגאנגן ווייל ער מיטן שוואגער ר' מענדל האבן באקומען אייניג כבוד, אבער מיט די ירושלימ'ער קהלה איז ער דאך צוקריגט אדאנק די חיים שלמה פישער - שמואל זאנוויל פאגעל - ראטער מלחמה, צוליב דעם וועט ער נישט קומען קיין ירושלים אויף שבת. ‎​
 
די בני ברק'ער, וועלכע זענען מער חיים הערשונים ווי אהרונים, האבן גלייך געמאלדן אז אויב ר' חיים הערש גייט נישט איז דער שבת בויקאטירט פון זייער זייט, דאס מיינט א פארזיכערטע דורכפאל פאר דעם שבת. ‎​
 
דערווייל פרובירן נאך די אמעריקאנע אהרונים צו טון עפעס צו פארמיידן די בזיונות, און אויסהאמערן עפעס א אפמאך צווישן די קריגערישע צדדים. ‎​
 
אבי נישט צווישן אידן...

תוקן על ידי סענעטאר ב- 07/12/2011 20:59:09



תוקן על ידי המהדרין ב- 09/12/2011 11:10:34

דאסטערס » 9/12/2011 04:51

עס איז נישט קיין סוד אז אפילו פון די ארונים זענען דא אסאך וואס האבן נישט ליב ר' מענדעלע.

kootointy » 9/12/2011 20:03

כ׳ווייס נישט צו אימיצער איז אינטערעסירט אינעם אמת, אבער ס׳נישטא קיין איינער פון סאטמאר מהר״א וואס איז נישט צופרידן פון הגה״צ וויליאמסבורגער רב שליט״א. ער איז דירעקט רעספעקטירט און באליבט ביי אלעמען!

עםהארץל » 12/12/2011 00:39

און פארדעם איז מענדעלע נישט געגאנגען צו די חתונה פון חיים הערש?