היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דער עיבראישער מגי"ש פון כלל ישראל און סאטמאר?

דער עיבראישער מגי"ש פון כלל ישראל און סאטמאר?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2928939

ברעקינג » 5/12/2011 00:00

http://www.beinenu.com/index.php?option=com_alphacontent&section=80&category=616&Itemid=1210


קליפ פון א דרשה א שיעור און די מזרחי'סטישע ביהמ"ד להתיישבות חקלאית


תוקן על ידי ברעקינג ב- 05/12/2011 00:05:49

וואלןסח » 5/12/2011 00:38

אין סאטמאר? אונז זעמיר דאך שוין אלטע ציונים, אין קרית יואל רעדט מען דאך עיברית, נו וואס האסטו ערווארטעט פון די ארונים?

דער וואונדער בלייבט ליבערשט אויף דעם מקנא קנאת ה' רז"ל וואס האט אויפגענומען אזא איד ביי זיך אין שטוב, אתמהה

outspoken » 5/12/2011 00:50

 וואלןסח

געהערט אמאל א טעיפ פון מהר''א(ווען ער האט אויפגענומען זיין שווער בביתו נאוה קודש) אז רביה''ק האט אויפגענומען לינקע, אבער האט זיי נישט מכבד געווען צורעדן פאר בחורים אדער אנ''ש

אבראהאם » 5/12/2011 00:54

ער קומט נישט צי די זוילן אין ציונית פין דעם ענטראה פין אנטווערפן וואס איז א פארברענטער מזרחיסט וואס האט פאר יאר גערעדט ביי די זאלי'ס

הא לן והא להו איך מעג אין די טארסט נישט

ברעקינג » 5/12/2011 01:48

רבותי!

לאמיר עס ערקלערן

הגאון ר' מיכל זילבער שליט"א בלייבט ווייטער א גאון און איז אן חשוב'ער רב, און מ'מעג עם אויפנעמען און שטוב.


אבער און א סאטמארער דינער ווי דארט דארף געהערט ווערן דאס קול ד' בכח פאר די פילע טויזענטער אידן, איז נישט ער דער פאסיגער רעדנער דערפאר


דאס איז די גאנצע זאך.


אויסער וואס איך מיין אז ער איז א הולך לבחירות, דעמאלץ האט נישט קיין שום פשט אז ער זאל רעדן.

ברעקינג » 5/12/2011 01:52

ער ווערט ח"ו נישט קיין שייגעץ, קיינער באשולדיגט עם נישט מיט באליידיגונגען ווי אזוי די אהרונים באשולדיגן און באשמיצן די סאטמארער רבנים


אבער השקפה פאר סאטמאר קען ער נישט פארשלאגן, איבערהויפט און אזא נאכט וואס איז א יו"א פאר אלע שרידים אשר ד' קורא.

אבראהאם » 5/12/2011 02:06

ער איז נאך קיינמאל נישט געגאנגען צי די בחירות
אין ער איז נאך קיינמאל נישט אריין אינעם טמא'נעם בג"ץ

משא"כ פאר יאר ביי די זאליס האט אויף געטרעטן אן אויס געשפארכנער מוזרחיסט

ס'איז א כבוד פארן רבי'ן ז"ל אז אזא תורה פרעזנדליכקייט זאל אויף טרעטן ביי זיין סעודות הודאה
הרב הגאון ר' שמואל וואזנער האט אויך יארן אויף געטרעטן אין הכי נמי ביי די זאלי'ס איז ער אפגעפרעגט

אזוי ווי יעדער אמת'דיגער ת"ח איז אפגעפרעגט ביי די זאלי'ס

ברעקינג » 5/12/2011 02:09

אבראהם

לאמיר רעדן פון צווי פאקטן

זאגסט אז עיר איז נאך קיינמאל נישט געגאנגען צו די בחירות
און ער רעדט נישט דרשות אויף איברעיש




וי קומט אריין ר' שמואל חוואזנער


ואס ער איז קיינמאל נישט געגאנגען צו בחירות און ער רעדט זיינע דרשות בלויז אויף אידיש

אבראהאם » 5/12/2011 02:11

פין רב וואזנער איז אויך דא דרשות אויף היברעיש

אבראהאם » 5/12/2011 02:14

ר' חיים קרייזווירטה האט געהאט א פאן ביי זיך אין בית מדרש מען האט געזאגט הלל ה' אייר
אין ער פלעגט רעדן כ"א כסלו

נאך אמאל די זאלי'ס טוט נישט וויי קיין קנאות אין אוודאי גייט זיי נישט אן דעם כבוד פין רבי'ן ז"ל
זיי טוט וויי ר' אהרן ט"ב

פינטל

וואלןסח » 5/12/2011 03:14

אוטספאקען
קלאר מברר געווען, ר' מיכל גייט נישט צו קיין בחירות, ער איז א סלאנימער חסיד
ר' מיכל האט זיך אסאך געדרייט ביים רבין ז"ל ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל, אביסל מער ווי דעם אפרתי וואס די זאליס האבן אימפארטעט איינמאל

געלעכטער » 5/12/2011 06:44

וואלן, אפרתי רעדט נישט קיין עברית, משא"כ הגאון ר' מיכל זילבער יא. אבער ביי ענק איז דאס נישט קיין פסול ווארום די רעבעצין ענקערע רעדט דאך אויך עברית.

אבראהאם » 5/12/2011 14:52

אפרתי רעדט פיין עברית

נאר וואס דען די זאלי'ס גייט נישט אן קיין עברית קיין ציונית קיין בג"ץ קיין קנאות

זיי גייט אן נאר ר' אהרן ט"ב ער איז זייי א דארן אין אויג אין קענען פין אים נישט מסיח דעת זיין מינוט

וואלןסח » 5/12/2011 18:04

געלעכטער איך גיי נישט טענה'ן מיט דיר ווייל אז איך וועל דיר ברענגן א קליפ ווי ער רעדט עברית וועסטו שרייען אבער סאשע רעדט אויך
דיר גייט אן קנאות ווי מיר גייט אן אין וועלכע זאל רז"ל מאכט זיין כ"א כסלו חינגא
ס'גארנישט, שלינג עס אראפ, פריי דיך דיין רבי האט א שיינע קאדילאק 
אוי אבי אבי רכב ישראל

וויכטיג » 5/12/2011 18:07

ברעקינג, דו מאכסט א שטורעם איבער א גלעזל וואסער...

אבראהאם, אפרתי רעדט נישט קיין עבריט..
 
און רע"ה ט"ב איז פאר אונז נישט ב"ה קיין דארן אין אויג, מיר דאנקן דעם בורא עולם אז מיר האבן זיך חוץ לדרך הטבע געקענט ארויסדרייען פון אונטער זיינע לאפעס אין די ריכטיגע מינוט, ווייל ווען נישט די נסים גלויים חוה"מ פסח, הרי אנו ובנינו ובני בנינו עבדים היינו לפרעה עד היום הזה, ב"ה שהצילנו..

א דארן אין אויג איז ער געווען קעגן אלע ערליכע אידן וועם ער האט מבזה געווען ווייל זיי האבן מוחה געווען קעגן זיין הפקרות און עוולות..

ברעקינג » 5/12/2011 19:01

וואלן


לערנט אייך שוין אויס


ר' מלכיאל קאטלער איז זייער א חשוב'ער איד, ר' מיכל זילבער איז גאר א געהויבענער איד און צו דערצו נאך א גאון, אבער קיינער באלאנגט נישט צו רעדן כ"א כעסלו און סאטמאר, זייער השקפה איז ווייט פון אונזער השקפה

נארפאקטן » 6/12/2011 23:10

SatmarThoughts: R' Mechel Zilber is a tziyoni? Remember when R' Elya Fisher Shlita ( a real goen vatzadik) but a farbrenter gerer tziyoni was machibed to speak to the zali yeshiva katana bucherim 12 years ago?

ברעקינג » 19/12/2011 19:12

דער ר' מעכיל זילבער
 
האט אזוי אריינגעווארפ עיבראישע ווערטער ביי זיין דרשה זאגענדיג "אין בעיה" מיט די ציוניסטישע אקצעינט.
 
 

טאטעלע » 19/12/2011 19:36

דער ר' מיכל זילבער האט בכלל גערעדט דארט? פארן דינער האט מען געפאמפע דראמפעט ר' מיכל ארויף, ר' מיכל אראפ. פלוצלינג נאכן דינער מ'הערט נישט קיין ווארט פון דעם ר' מיכל.
 
זעט אויס אז ער האט נישט געזאגט "פשיהא", אזוי ווי די אהרונים האבן געוואלט, אדער האט ער בכלל נישט אויסגערימט דעם ר' אהרן אזוי ווי זיי פארקויפן אז ער האט גערימט נאכן באזוך.

קאפ_בז_פוס » 19/12/2011 22:40

moshiach's tzeitan
call:
212-434-0770
press 1 than 9994


תוקן על ידי קאפ_בז_פוס ב- 19/12/2011 22:46:45

טעיסט » 27/12/2011 18:26

וואס האט ער למעשה גערעדט? קיינער רעדט נישט פון זיין דרשה, ביי בראדי'ס דרשה האבן זיי זיך מער געפרייט.

אבראהאם » 27/12/2011 19:56

וואס איז פשט אז פין ר' זלמן לייב'ס דרשה פין כ"א כסלו  ווייסט נישט קיין איין זאלי צי זאגן נאר פין ר' אהרנ'ס דרשה ווייסן זיי פונקטילך צי זאגן

האט ער עפעס גערעדט דברים שאסור לשמען ?

גינגריטש » 27/12/2011 21:10

פון וואנעט ווייסטו וואס מען ווייסט? ווייל אונז לויפען נישט אזוי ווי ענק צו די דשואיש פרעס, עמי מאגעזין און צו די פרייע מידיע צו זוכען עטענשאן און צו כאפען פאבליסיטי??

עםהארץל » 27/12/2011 21:14

אבראהאם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז פשט אז פין ר' זלמן לייב'ס דרשה פין כ"א כסלו  ווייסט נישט קיין איין זאלי צי זאגן נאר פין ר' אהרנ'ס דרשה ווייסן זיי פונקטילך צי זאגן

האט ער עפעס גערעדט דברים שאסור לשמען ?


אויף די דברים שאסור לשומען האט דזשיגאן די מאנאפעלי, ער האט די חזקה דערויף זאגנדיג א נוולישע דרשה עטליסט איין מאל אין דריי חדשים

אבראהאם » 27/12/2011 21:23

האסט מיר נישט גענפערט פארוואס  קיין איין זאלי ווייסט נישט צי זאגן וואס ענקער צדיק'ל האט גע'דרשנ'ט
אבער פין ר' אהרנ'ס דרשה ווייסט קינד אין קייט וואס ער האט געזאגט

עםהארץל » 27/12/2011 21:24

אויף די קשיא האט שוין גינגריטש גענטפערט, איך האב מיך באצויגן צו דיין לעצטע שורה

אבראהאם » 27/12/2011 21:27

ענקער ראביי איז פין די 50 שטערקסטע ראביי'ס אין אמעריקע לכה"פ כאטש איין זאלי וויסן וואס ענקער ראביי זאגט

צי וועם מען רעדט דרייט זיך א יעדער ארויס

סאמטניג פישי

אבראהאם » 27/12/2011 21:40

גינגריטש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון וואנעט ווייסטו וואס מען ווייסט? ווייל אונז לויפען נישט אזוי ווי ענק צו די דשואיש פרעס, עמי מאגעזין און צו די פרייע מידיע צו זוכען עטענשאן און צו כאפען פאבליסיטי??


ווען די זאליס האבן געמאגט זייער פראטעסט אין וואשניגטאן איז כמעט נישט געווען געדעקט אין די פרעסע
עפעס א ציינונג אין מאלעזיע האט עס געהאט געדעקט
איז געווען א סכנה צי קוקן אויף די זאלי'ס ווי העפי זיי זענען געווען יעדער זאלי האט עס געהאט אין טאש דער איד אויפן פראנט פעיזש

פלוצלנינג ווען די דברות קודש פין רבינו שליט"א איז געווארן אויף געכאפט אין די גאנצע וועלט'ס פרעסע ווערט עטץ אזוי באמאכט אין צוריק געצויגן

וואס איז געשעהן מיט מיט די זאלי'ס טוט ענק שוין וויי קנאות אויכט ?

תוקן על ידי אבראהאם ב- 27/12/2011 21:42:48

גינגריטש » 27/12/2011 22:13

אפילו דו ווילסט נישט הערען, טויזענטער יודען האבען אויסגעהערט די דיברות קודש פון רבינו שליט"א, און האבען גוט אריינגעזאפט די הייליגע דברי הדרכה, און די ווערטער ווערען געחזר'ט דורך די חסידים יונגעלייט און בחורים צו זיך אנהאלטען אין די וועגען פון רבינו הקדוש און זיך אנכאפען אין די הייליגע תורה

אבראהאם » 27/12/2011 22:58

פשיהא

דיין צדיק'ל האט גע'אסר'ט בילדער ווייל מען איז געוואיר געווארן אז ער האט אפשר 100 מענטשן וואס אינטערסירט צי הערן וואס ער האט צי פארקויפן אין כ"א כסלו

פשיהא

אבראהאם » 27/12/2011 23:16

אנטשולדיגט ער האט נישט גע'אסר'ט בילדער,  ער איז דאך פארט די פיקטשער רבי 
( אזוי גע'אסרט ווי ער האט גע'אסר'ט עס יו ווי'ס )

ער האט נאר ארויף געלייגט א צייטווייליגע בויקאט אויף בילדער ווען דער געטרייער ציבור ערשיינט נישט