היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פארוואס רופען עס די ארונים קרעטשמע?

פארוואס רופען עס די ארונים קרעטשמע?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2928909

IAMSMART » 4/12/2011 22:26

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען רופט א בית המדרש א בית חמקדש מעט קרעטשמע?נישט ווייל עס טוישט עפעס פינקט אזוי די צי נעמען פאללאקס!מאחרי הגדר!סאסמאנס!קווינס!דער פאסט טרעגער!האבען גערנישט געטוישט, ווי אזו האט נאר די רבי געזאגט? די הינט קענען בילען אין די באן וועט ווייטער פארן..איך וויל נאר פשוט פארשטיין פארוואס א פלאץ ווי סאיז געווען שעורים מיט א פארטאגס מיט א ביינאכט כלל אין הינדערטער אמן יה שמי רבא א טאג הייסט א קרעטשמע?

ריפל » 4/12/2011 22:30

א קשיא אויף א חלה דעקל (זיי מסביר פון ווי חלה דעקל שטאמט)

אבראהאם » 4/12/2011 22:30

פאר איך גיי אריין מיט דיר א וויכח פאר וואס ס'הייסט קרעטשמע

זאג מיר ביטע וואס מיינט א קרעטשמע ?

IAMSMART » 4/12/2011 22:32

איך ווייס נישט אפשר קענסטי מיר זאגען?

kootointy » 4/12/2011 23:39

מר. איי עם סמארט(?),
אן אריינגיין אינעם אויסגעהאלטענקייט פון צושפארן א ביהמ"ד - איך וועל זיך בלויז באציען אויף דיין אקטועלע און פראקטישע קשיא וואס געוויס עגבערט דאס פאר נאך..

איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט/האסט געוואוינט.. איך בין לאו דוקא דער גרעסטער ארוני און איך האב זיך אסאך געדרייט דארט (את חטאי אני מזכיר...) טאקע מהאי טעמה.. געזוכט צו מאכן א לעבן ווי מ'זאגט..

קרעטשמע איז גאר ווייניג געזאגט אויף אזא מקום. ווען נישט רבינו הקדוש ורעיתו הטהורה וואלטן דארט געוואוינט, וואלט איך עס אנגערופן א .... ......

די שפראך דארט איז געווען א שטיק ניוול בנוסף צו שרעקליכע לשון הרע'ס, רכילות, ליצנות און פלעין פשוט און פראסט שעלטן אידן - אפילו אין די מער שטילע צייטן ווען אפילו אין ביהמ"ד ויואל משה (רז"ל) איז מען שטיל געווען און פארנומען געווען זיך צו בויען, איז מאידך גיסא דארט אין בית יואל אנגעגאנגען א וויסטע העצע, הסתה און שרעקליכע שנאה וואס איז נישט צום באגרייפן.
איך אליין האב כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי מער באזעסענע און ערליכע מתפללים האבן זיך צושריגן און מוחה געווען אויף די ניבול פה.

איך וואלט קלאר נישט אפגעסטעמפלט אלע מתפללים אלץ קרעטשמע פויערן. ביסט 100% גערעכט ס'האבן דארט געזאגט איש"ר, געדאווענט און געלערנט אסאך וואוילע אידן אבער בדרך כלל איז דאס ליידער געווען א ..... 

ביי די וועי, די נאמען "קרעטשמע" איז ווי פון זיך אליין ארויפגעקלעבט געווארן שוין יארן יארן צוריק דורך פשוט'ע דורכגייערס וואס טאג טעגליך האט זיך בערך אזא בילד אפגעשפילט:  ביז דריי אזייגער נאכמיטאג איז די פראנט פארטש פול געווען מיט מענטשן וואס האבן געהאלטן פארן און אינמיטן דאווענען (יא מאנכע מעוטף בטלית ותפילין), פארברענגט אויף געשמאקע קאווע וואס האט געשמעקט אזוי ווי עס באדארף צו זיין און פאררייכערט איין ציגרעטל נאכן'ס אנדערן ווען יעדע שטיק צייט קראכט מען אויס אין אזא הילכיג געלעכטער וואס הערט זיך אזוי ביז מערמלשטיין'ס בעקערי אויף קענעדי קארט...

גערעכט עס לאזט זיך טאקע מחלק זיין און איך פערזענליך וואלט עס ענדערש אנגערופן א קאפי שאפ (COFFEE SHOP) וואס איז פיל מער אויסגעהאלטן לויטן לעקסיקאן...   

IAMSMART » 5/12/2011 00:45

אפשר קענסטי מיר זאגען אין וועלכע בית המדרש מען רייכערט נישט אדער מען טרינקט נישט קיין קאווע! איז דאס די גאנצע וואס די האסט?

kootointy » 5/12/2011 01:01

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר קענסטי מיר זאגען אין וועלכע בית המדרש מען רייכערט נישט אדער מען טרינקט נישט קיין קאווע! איז דאס די גאנצע וואס די האסט?


גערעכט!!!
האסט ארויסגענומען די צוויי איידעלסטע זאכן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט און די פרעגסט מיך דערמיט אפ אז ס'איז גלייך צו אנדערע בתי מדרשים ?!