היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הסכם צווישן סאטמאר אין די זאלי'ס איבער די ארמארי זאל

הסכם צווישן סאטמאר אין די זאלי'ס איבער די ארמארי זאל

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2928583

ארגינעלער » 2/12/2011 14:31

[בילד – נישט אפגעהיט]





תוקן על ידי ארגינעלער ב- 02/12/2011 14:41:20

ארגינעלער » 2/12/2011 14:37

למען השלום האט סאטמאר נאך געגעבן מען זאל זיך נישט קריגן אין מאכן א חילול השם

ראו מה בן בני לבן חמי

סקאטמאלען » 2/12/2011 16:25

פארוואס זאל נישט איינער מאכן איין נאכט און דער אנדערע די פאלגענדע נאכט?

איך זעה נישט קיין שום ענין, קפידה, מעלה, חיוב, צו דוקא פראווען בו ביום, (איבערהויפט היי יאר איז עס ממילא נישט בו ביום, ווייל כ"א כסלו איז שבת), ס'ממש גארנישט,

קיין איין מענטש ווייניגער וועט נישט קומען צוליב די דאטום, מ'העט נישט געבן איין פעני ווייניגער,

קיין שום פראבלעם אז מ'פרייט זיך מיט די רבינ'ס הצלה אטאג צוויי שפעטער,

ביידע וועלן האבן די גאנצע עטענשן זייער נאכט,

ס'עט זיין גרינג פאר מענטשן/רבנים - וואס ווילן זיך האלטן אין גוטן מיט ביידע - צו מיטהאלטן ביידע,

מ'העט זיך איינשפארן צענליגע טויזטער דאלארן אידיש געלט, מיט האווארניע צו איינרישן אזא גרויס פלאץ, ווייל מ'טיילט זיך חצי חצי מיט די הוצאות,

דאס מיינט די ערשטע נאכט נאך רז"ל דינער, לאזן זיי איבער אלעס אין טאקט, אנשי ר' אהרן קומען אריין נעמען א בעזעם, קערן אויף, און מ'לייגט בלויז פרישע טישטיכער און מ'דעקט טיש, וזה הוא,

יעדעס יאר וועט אן אנדערע צד האבן די ערשטע נאכט,

איך האלט ס'ממש א טיפשות פאר ביידע צדדים עס נישט צו טאן.

קראך_היט » 2/12/2011 16:53

געפעלט מיר זייער די המצאה, איך האלט אויב מ'קען זאל מען עס טאן, פארוואס זיך נישט שפארן געלט,

איך האלט אפי', אז א זונטאג נאכט איז בעסער ווי א מוצ"ש, פאר מיר זיכער

פארשטייט זיך אויב מ'קען, אפשר וויל נישט די סטעיט עס פארדינגען פאר מער ווי איין נאכט,

געלעכטער » 2/12/2011 17:32

ווי זאגט מיר א אהרוני: די זאליס לאכן א גוטס. זיי האבן דעם ארמארי און די אהרונים האבן א צעטל מיט מאשקאוויטש'ס נאמען וואס מען קען גלייך ארויף טראגען צום ציון הקדוש צווישען אלע קוויטלעך ווייל נעקסטע יאר וועט דעס צעטיל נישט זיין צום טרעפען.. פארוואס האמער אינז עס נישט באקומען היי יאר און פאר זיי געגעבן א געסיינטע צעטל?

אבראהאם » 2/12/2011 17:36

דא זעהט מען ווער ס'איז די נוען המידות

געסיינט אויפן שטר האט חיים יצחק מנאדל מיט א רפערזענטעטיוו פינעם גאווערנער אויכט


תוקן על ידי אבראהאם ב- 02/12/2011 17:38:01

סקאטמאלען » 2/12/2011 17:53

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי זאגט מיר א אהרוני: די זאליס לאכן א גוטס. זיי האבן דעם ארמארי און די אהרונים האבן א צעטל מיט מאשקאוויטש'ס נאמען וואס מען קען גלייך ארויף טראגען צום ציון הקדוש צווישען אלע קוויטלעך ווייל נעקסטע יאר וועט דעס צעטיל נישט זיין צום טרעפען.. פארוואס האמער אינז עס נישט באקומען היי יאר און פאר זיי געגעבן א געסיינטע צעטל?


איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, למעשה קען דאך עס נאר איינער האבן (אויב ביידע ווילן די זעלבע פלאץ די זעלבע צייט) נו וואסי דען שייך צו פרעגן, יא תשע"ב האבן די זאליס ארמארי און די ארונים א צעטיל און תשע"ג וועלן די ארונים האבן ארמארי און די זאליס די צעטל, און אזוי וחוזר חלילה,

אבראהאם » 2/12/2011 17:58

די זאלי'ס טראגן נישט איבער אז צי באקומען דעם ארמארי האבן זיי זיך געמיזט אראפ זעצן מיט אהרונים פארהאנדלן זיי ווילן עס פשוט נישט גלייבן

אבער ס'פאקט ס'איז שחור על גבי לבן

טייערע זאלי'ס ווען עטץ זיצט מיט די אהרונים איז נישט דא קיין וואנט אויפן בית החיים אין די ראס שול איז אויפן
אין די רעביצניס שול איז אויפן

נאר היות זיי גיין רוב מאל מיטן קאפ אין די וואנט קוקן זיי אזוי אויס

פוטער » 2/12/2011 19:37

איך פרוביר מיך נאר פארצושטעלן, אז אויב פאראיאהר אינעם קליינעם זאהל האט אויסגעקוקט חלשות ווען דער צדיק האט גערעדט, וויאזוי וועט דער ריזיגער ארמארי אויסקוקן ווען ער וועט רעדן? אבער אינז קען מיר דאך די קליגע קעפ דארט, פילייכט וועט מען אריבער ברענגען דעם צאנזער ספר תורה אין ס'וועט זיין שלום על ישראל

גרוינים » 2/12/2011 19:52

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס זאל נישט איינער מאכן איין נאכט און דער אנדערע די פאלגענדע נאכט?

איך זעה נישט קיין שום ענין, קפידה, מעלה, חיוב, צו דוקא פראווען בו ביום, (איבערהויפט היי יאר איז עס ממילא נישט בו ביום, ווייל כ"א כסלו איז שבת), ס'ממש גארנישט,

קיין איין מענטש ווייניגער וועט נישט קומען צוליב די דאטום, מ'העט נישט געבן איין פעני ווייניגער,

קיין שום פראבלעם אז מ'פרייט זיך מיט די רבינ'ס הצלה אטאג צוויי שפעטער,

ביידע וועלן האבן די גאנצע עטענשן זייער נאכט,

ס'עט זיין גרינג פאר מענטשן/רבנים - וואס ווילן זיך האלטן אין גוטן מיט ביידע - צו מיטהאלטן ביידע,

מ'העט זיך איינשפארן צענליגע טויזטער דאלארן אידיש געלט, מיט האווארניע צו איינרישן אזא גרויס פלאץ, ווייל מ'טיילט זיך חצי חצי מיט די הוצאות,

דאס מיינט די ערשטע נאכט נאך רז"ל דינער, לאזן זיי איבער אלעס אין טאקט, אנשי ר' אהרן קומען אריין נעמען א בעזעם, קערן אויף, און מ'לייגט בלויז פרישע טישטיכער און מ'דעקט טיש, וזה הוא,

יעדעס יאר וועט אן אנדערע צד האבן די ערשטע נאכט,

איך האלט ס'ממש א טיפשות פאר ביידע צדדים עס נישט צו טאן.


גאנץ א גוטע געדאנק
אבער דער אמתער תירוץ איז אז עס נעמט וואכן אויפצושטען די אלע סטעידשעס און טישן מיט וואס די זאליס האבן א פארקערטע מהלך אין דעם וואו די ארונים
זיי דארפן זיצן וואכן וויאזוי מפילט אן דעם זאל פארן בילד און אונז דארף מיר זיצן וויאזוי מקען אריינעמען נאך אפאר טויזנט זיצן און אזוי ווייטער.

ריפל » 2/12/2011 20:36

גרוינים, זייער גוט ארויסגעברענגט.

ווען די זאליס האבן באקומען די ארמערי פאר זייער חתונה האבן זיי גענומען ר יוסל פראמער הי"ד אז ער זאל זיי אויסשטעלן די זאל אז עס זאל אויסקומען ווי ווייניגער זיץ פלעצער און עס זאל אויסזעהן פולער ווי עס איז באמת. ער איז שוין געווען דאן ביטער קראנק, אבער ער האט זיך נעבעך איינגערעדט אז אזוי ווי ער שטעלט אויס די פלאן וועט מען אים ניצן פאר די בענקלעך, אבער זיי האבן זיי דאן איסגעלאכט פון אים, און געניצט דעם קראנקנס צייט כוח אן מוה אבער עס איז געקומען צו געבן א דאלער האבן זיי אים נישט געקענט, טראץ זיין ביטערע קרענק וואס זיי האבן אים אפגעהאקט די אינשורינס פלאן אזוי אז ער האט נישט געהא ווער עס זאל אים באצאלן די מעדעצינע באהאלדונגען, מיט דעם אלעם איז זיי אפילו נישט בייגעפאלן אים צו באצאלן פאר זיין שווערע ארבעט. 

באזינכענדיג א שטיק צייט שפעטער ר' יוסל, האט ער מיר דערציילט וואספארא שטיקעס מ'האט אלס געדארפט מאכן אז די ארמערי זאל אויסזעהן פול, אנגעהויבן פון די ליילעכער וועלכע האט צוגענומען א ריזיגע חלק, ביז די רינדעכיגע טישן און פלאץ פאר א קאר אדורכצופארן פון איין טיש צום צווייטן וכו' וכו'.

עס איז אסאך גרינגער צו באקומען א ליידע ארמערי און אויסשטעלן אז די מאסימום זאל ווערן אויסגעניצט, ווי צו באקומען אן ארמערי פול מיט ליילעכער, סטעידשעס וכו' וכו'. 

סקאטמאלען » 2/12/2011 20:37

גרוינים, ס'לגמרי נישט אמת לפע"ד, ביי ביידע קומען די זעלבע גרויסע ציבור, איך ווייס נישט וויפיל פרעצענט זענען חסידים, אבער מענטשן קומען צו כ"א כסלו, נישטא וואס צו רעדן, כ"א כסלו איז א אונטערסאנטע ספעקטעקאל,

איך קויף נישט די מעשיות אז די זאליס זוכן צו אנפילן דו זאל, וואס זאל איך דיר זאגן איך בין דערווייל נאך נישט איבערצייגט,

וואס יא, די חילוק איז אפשר ווי לאנג די פיק (קלימאקס) איז, קען זיין ביי ר' אהרן איז עס אביסל לענגער ווי רז"ל,

איך וועל דיר מסביר זיין פונקטליך וויזוי דאס ארבעט, בערך 9:00 איז נאך די זאל 3/4 ליידיג, ס'פילט זיך אן ציביסלעך ציביסלעך, 10 אזייגער איז די פיק, און ס'געפאקט עד אפס מקום, דעמאלטס קומט אריין דער רבי און מ'זינגט חסדי מיטן גאנצע ספעקטאקל,
נישט מער ווי 10 מינוט שפעטער הייבט אן צו אהיימשטראמן דער ציבור אין די מאסן, 10:30 איז די דשאוק אווער, די זאל איז שוין האלב ליידיג, אזש ראדני צו הופער וואלט געווען די והותר,

דאס מיינט, דא רעט מען פון א קיימא לן פון בערך א 10 מינוטיגע שאו, וזה הוא, גלייבטס מיר איך טרייב נישט איבער

ריפל » 2/12/2011 20:49

דא שטעקט דיין גרויסע טעות. ביים רבי'נס דרשה איז די זאל "אסאך" פולער ווי ביים אריינקומען. איך קום דיקא נישט ביים אריינקומען, איך קום נאר הערן דעם רבי'נס דרשה

גרוינים » 2/12/2011 20:51

סקאטמאלן
פון זעהן די בילדער וואלט איך אויך געטראכט ווי דיר אז סאיז בערך די זעלבער ציבור סאיז נאר דער חילוק אינעם ווארימקייט אז מקומט נישט נאר צו די שאוי נאר צום רבינס דב"ק און בכלל זיך מחזק זיין אינאיינעם

אבער א ריפארטער פון ישיבה ווארלד ניוס האט מיר איבערגעגעבן א ריפארט אז ער איז געווען ביי ביידע אינעם זמן פון קלימאקס און ער טענה'ט אז סאיז בערך די זעלבע גרויסקייט געווען אין מקום אבער אין ציבור טענה'ט ער אז ביי די אהרונים איז דא צוויי דריטעל מער
און מקען עס פארשטיין ווייל למשל ווען דער רבינו שליט"א מהר"א הייבט אן די ערשטע תורה אנהייבט הקפות שמחת תורה בייטאג ווען דער ביהמ"ד איז שוין באמת אנגעפילט עד אפס מקום אויפן בליק
קומט אבער צו די תורה ווערט האלב ביהמ"ד אדער מער ממש ליידיג, וואס איז? זייער פשוט דער ציבור קוועטשט זיך צוזאמען ווי סארדינס ווייל מוויל הערן די תורה און ביי די זייטן ווערט ליידיג און סאיז נאך דא פלאץ אר 2 מאל אזויפיל מענטשן אבער ווען סקומט שםעטער ווערט מער מאון מער געשטיפט אז ביי די זעקסטע הקפה אדער אפילו פריער ווערט שוין דער ביהמ"ד איין שטיק סארדינס אז קיינער קען זיך נישט רירן פון פלאץ בלי גוזמה כלל
הגם דא איז אנדערש וויל סאיז דא טישן אבער פון דעם זעהט מען דעם יסוד אז אנגעפולט ביז געשטאפט קען אריינגיין 2 מאל מער מענטשן
און ווער עס געדענקט פאריאר איז טאקע אזוי געווען כ"א כסליו אז ווען די זיצן זענען שוין לאנג געווען פארכאפט האט זיך נישט אויפגעהערט דעם שטראם פון טויזנטער מענטשן נאך און נאך נאן סטאפ אז מהאט געקענט זענען טייל עולם האט פשוט פארהאכטע גלעזער ווי ביי די הקפות.


תוקן על ידי גרוינים ב- 02/12/2011 20:52:15

געלעכטער » 2/12/2011 21:05

אבראהאם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די זאלי'ס טראגן נישט איבער אז צי באקומען דעם ארמארי האבן זיי זיך געמיזט אראפ זעצן מיט אהרונים פארהאנדלן זיי ווילן עס פשוט נישט גלייבן

אבער ס'פאקט ס'איז שחור על גבי לבן

טייערע זאלי'ס ווען עטץ זיצט מיט די אהרונים איז נישט דא קיין וואנט אויפן בית החיים אין די ראס שול איז אויפן
אין די רעביצניס שול איז אויפן

נאר היות זיי גיין רוב מאל מיטן קאפ אין די וואנט קוקן זיי אזוי אויס

‎​
 
די זאליס טראגן עס שוין איינמאל איבער. די אהרונים פאר סאום ריזען דרייען זיך אראפ דערשיטערט און צושלאגן, זיי שעלטן זייער אייגענע הנהלת המוסדות פארן פאלן צו די זאליס. ‎​
 
און אז מ'רעדט פון גיין קאפ אין וואנט, רעדט טאקע צו דיינע אייגענע מענטשן וואס האבן געמיינט אז מיטן בויען א וואנט צווישן די אלטע און נייע ביה"ח וועט זיך דער נייער פארמאכן...

בלומבערג » 2/12/2011 21:20

קוקט אויס אז דער חיים יצחק מאנדל האט געהאט שכל אין נישט געפרעגט די היץ קעפ דארטן

סקאטמאלען » 4/12/2011 17:19

איז אמת די שמועה איבער די קראון הייטס ארמארי?

ס'מיר א שטיקל פלא,

יא איך פארשטיי אז ס'יז גאנץ נונט צו וומ"ב און ב"פ, און סיאיז א פראקיטישע - ארמארי סטייל - זאל, איז עס פארט נישט וואלקינג דיסטענס, און ס'נישטא דארט קיין ברעקל פארקינג,

וואסי די חשבון? אן פארקינג איז געהעריג חוזק געמאכט, די פיערס איז שוין בעסער,

איך האלט נאך אלס אז זונטאג נאכט און די וומ"ב ארמארי איז די בעסטע אפשן פאר די ארונים,

נאך רז"ל'ס דינער, 2:00 3:00 פארטאגס, זאל מען איינשפאנען אן ארמיי ארגענאזירטע וואלענטירן און אויסשטעלן די זאל כאוות נפשם, איך שטעל זיך פאר אז קיין סאך אנדערש וועט עס סיי ווי נישט זיין, ניצן די זעלבע טישן בענק, מייקס, קאך, סארווירער, וכו' וכו'

אפי' אויב מ'פלאנט צו אפדינגען א שטח ביי די נעווי יארד - צו ווי - פאר פארקינג און פון דארט צו פירן דעם ציבור, איז נאך אלס לפע"ד מיין המצאה בעסער

איך ווייס ס'פאלט אויף טויבע אויערן, אבער איך וויל פשוט עקספרעסן מיין מיינונג,

משהלע » 4/12/2011 17:45

ס'איז זייער נאאיוויש פארצושלאגן אז מען קען אויס ארבייטן א פשרה אז די זאלונים מוצאי ש''ק און די אהרונים זונטיג, אפשר צוואנציג יאר ארום אבער נישט לעת עתה, וואס מיינט איר? עס וועט דארט בלייבן איין בית הכסא אומ-פארשטאפט? און דער מעין עלעקטער קעיבל וועט ארבייטן געהעריג? נאו וועי!!!, זיי וועלן אזוי סאבאטאשירן דעם בנין אז עס וועט נישט זיין צום נוצן, און דאן וועט מען זיין אינגאנצן אויסגעשפילט, אפילו אויב זייער הנהלה וועט אפשר באמת יא פראבירן איבער צו לאזן דעם בנין כהוגן, דארפן נאר אפאר חיות מחליט זיין צו סאבאטאש'ן דעם בנין און דער דורכפאל וועט זיין מעכטיג, מיר קענען נישט און טארן נישט נעמען קיין טשענס,

סקאטמאלען » 4/12/2011 18:17

איך פארשטיי, טאקע א לעגיטימער זארג,

אבער איך קלער נאר, אז למעשה מאכט מען נישט אזוי ווייט קיין געשעפטן  מיט די זאלונים, די געשעפט מאכט מיטן אייגנטומער, ניו יארק סטייט, הרשות בידם צו מאכן געשפעטן מיט ביידע,

איי סאבאטיזשירן, ס'מיר טאקע נישט בייגעפאלן, א לעגיטימער זארג, אבער איך קלער אזוי, אז ווי נישט ווי וועלן דאך די זאלונים עס אויך ניצן און די זעלבע 24 שעה, און פארזיך וועלן זיי דאך זיכער נישט וועלן סאבאטזשירן (מ'קען נישט וויסן ווער ווייסט), קלער איך אז די לעצטע שעה 2 פונעם מסיבה איז דאך דער זאל סיי ווי האלב ליידיג, זאל שוין דאן ר' אהרן'ס ארמיי וואלונטירן אריינקומען און בנין, שטיל און רואיג פארשטייצעך, זיך בלויז דרייען צווישן די טישן, אויסמישן מיטן ציבור, זיך דרייען און די קורידארן, שטיגן, ביהכ"ס, שטיין על המשמר אויף די גאר וויכטיגע פונקט פלעצער פונעם בנין, אזוי ס'זאל ממש נישט בלייבן קיין שום געלעגנהייט פאר א זאלי צו סאבאטיזשירן,

מיט-דעמ-אלעם, זעה איך דיין דערהער, 

היראים » 5/12/2011 02:19

עס איז אינטערסאנט צו קוקן ווי פאלטש די פעיקער'ס לעבן
ווי נאר זיי האבען באקומען די מארסי ארמארי וואס האט געדינט פאר א מאווי סטאדיא די לעצטע 10 יאר ווערט עס א מקום קדוש
מ'נעמט זיך ניצן רביה''ק ז''ל פאר די ביליגע פראפאגאנדע
זיי לייגן אריין די גאנצע אמונה טפילה אין אלע קינדערישקייטן אין זענען מבזה רביה''ק אין  שפילן אים אויף ווי ערגער ווי די ליבאוויטשע

זעהט די פאוסטער וואס זיי האבען אין איינלעניש אויסגעאהאנגען דאנערשטוג נאכט

 

[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעדיט, משה'לע

די זאליס טאנצן פאר שמחה און שרייבן:
היינט האט מען ב"ה ערהאלטן די גוטע נייעס אז דער "ארמארי" בילדונג, וועלכע אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט היסטאריע און נאסטאלאגישע זכרונות פון סאטמארער חסידים, וואס דענקן נאך די היסטארישע מסיבות און מעמדים וואס זענען דארט פארגעקומען, וועט אי"ה אויך דינען היי יאר אלס אכסני' פארן סעודת הודאה וכינוס תלמידי וחסידי סאטמאר רבתי.
די היסטאריע פונעם "ארמארי" מיט סאטמאר איז גאר א רייכער. די התייסדות פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו קוה"ק זי"ע. דער היסטארישער מסיבת יובל העשרים פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און דער גאנצער בי"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, צענדליגער מסיבת כ"א כסליו במשך פון די יארן, די חתונה פון הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, חדב"ן מרן רבינו שליט"א, און נאך. דעריבער איז א גרויסע פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אז די הנהלת הישיבה האט באקומען דעם בילדונג.

עס רייסט דאס הארץ, ס'איז נישט אויסצוהאלטן אז די זאליס האבן דערווישט די הייליגע ארמארי, דארט ווי דער רעבעזיכרוינעווראחע האט געוויילט אין זיינע לעצטע יארן, מיר גייען אויס פאר קנאה!, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי, אוי! אוי! די זאליס האבן דערווישט דעם הייליגן ארמארי!, ממש דעם רבין זיחרוינע ווראחע אליין, ווען די אהרונים האבן ווען שכל, פראבירן זיי כאטש אריין צו כאפן דען רעבענס זיכרוינע ווראחע לינקע האנט, זיי וואלטן געדארפט גיין אויף פראט אינסיטוט וואס האט אויך זייער אסאך היסטאריע, אמת ס'איז נישט אזוי הייליג ווי די ארמערי, אבער פארט זייער הייליג, און אפשר גאר גיין אויף סט. דזשארזש האטעל, וואס האט אין זיך זייער אסאך קדושה, ס'איז דארט ווי דער ערשטער כ''א סעודה און דינער איז פארגעקומען לאחר המחלה פון רעבעזיכרוינעווראחע, און ווי עס איז געווען כינוס כללי'ס פון סאכדעס הרבנים בשנת תשכ''א און שנת תשל''א, בהשתתפות דע רעבעזיחרוינעווראחע, ובפרט איז דארט געווען די הייליגע חתונה פון הייליגן רעב חיים שיעלע, א קדושה בפני עצמו, אז מען האט נישט די זכי' צו די הייליגע ארמארי, זאל מען כאטש עפעס א שטיקל קדושה, ...

זאגטס נאר נארישע זאלישלעך, וואס איז הייליגער? די ארמארי אדער די קרעטשמע? קומענדיגן כ''ב כסליו ווער וועט האבן די ארמארי און ווער וועט האבן די קרעטשמע, הע?, ווען מען גיט אייך א טשויס צו געווינען די ארמארי אדער געווינען דעם קארט קעיס אין קרית יואל, וואס וואלט איר אייך געוועלט, הא?, ווען מען גיט איין א טשויס צו האבן די ארמארי אדער צוריק צו באקומען דעם בית המדרש החדש וואס וואלט איר אויסגעקליבן, הא?, איך וועל נישט לייקענען אז די זאליס האבן געהאט עפעס א שטיקל סוקסעס מיט ערייכן דעם ארמארי ווייל די זאליס ווייסן גאנץ גיט אז אויב דארפן זיי פארן קיין מאנהעטן אדער קיין לונג איילענד סיטי וועלן זיי האבן א עולם ווי הושענא רבה, און חנוכה לעכט צינדן, זיי האט דאס אויסגעפעלט ווי לופט צום אטעמען און עס איז זיי געלונגען, כל הכבוד! אבער אריין צו ברענגען דעם רבין זי''ע און די קדושה פון די ארמארי איז פערדישקיין פון די גרעסטע מאס, טיפיקל זאלישע בהיימישקייט 

 







פוטער » 5/12/2011 02:45

סקאט, וואס איז צו דיר געשעהן? דיינע תגובות פלעגן דאך זיין אזוי צום זאך, אין וואס איז דא פלוצלינג געשען? האלטסטו באמת אז דיין פלאן איז אפילו ווערט צו דוסקוסירן?

סקאטמאלען » 5/12/2011 03:01

האמנתי כי אדבר,

כאב מיך אביסל מתבונן געווען איבער מיין הצעה, און איך בין געקומען צו די הכרה אז דער קריוזער רעיון איז אין מיר נולד געווארן נאר מחמת וואס מיין מח איז פאר א שטיקל וויילע געווען אפוועזענדן און אויסגעשאלטערט פון די סאטמארע פוליטיק, איך זאג אייך דעם אמת, ס'מיר אביסל נשתכח געווארן די טיפער און פארביסענע ריס וואס די 2 צדדים האבן נאך עד היום, ממש ווי דער ערשטער טאג, ס'נישטא קיין טראפ ציטרוי פון איין צד צום אנדערן, יעדער ריר קוקט מען מען נאך מיט הויכע חששות, ממילא אויב מ'פארשטייט דאס נישט, קען מען מען אויפקומען מיט אזעלעכע זיסע ריגעלע-ריגעלע-רויגעז רעיונות,

איז עס נישט שרעקעדיג אז מ'האלט נאך דארט? נאר איבער 11 יאר, און די מיסטראסט איז פונקט ווי דער ערשטער טאג...שרעקעדיג

ויואמ_אמת » 5/12/2011 19:24

דעבאטע
איך וויל עפענען א דעבאטע וואס דער עולם האלט, צו גייען די זאלונים מתיר זיין די מכלומר'שטע איסור אויף בילדער אוי ף כ''א כסליו? אדער איז די גאנצע איסור נאר א וועג פין דערשטיקן בישות,

געלעכטער » 5/12/2011 20:01

דער איסור איז אויסדרוקליך נאר אויף צורת קדשו פון רבי'ן, ווי ר' שמואל טייטלבוים האט געשריבן אין בריוו. דעריבער איז דער דעבאטע אויס.

צודערזאך » 5/12/2011 21:01

ווען איך האב געזען מיינע קינדער זיך אייסערן וועגן די ארמערי, האב איך זיי אנגעשריגן: קינדערלעך, אנשטאט זיין ביזי מיט ארמערי'ס לערנטס א מאור ושמש אדער תפארת שלמה אויף כ"א כסליו

גרוינים » 5/12/2011 21:31

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער איסור איז אויסדרוקליך נאר אויף צורת קדשו פון רבי'ן, ווי ר' שמואל טייטלבוים האט געשריבן אין בריוו. דעריבער איז דער דעבאטע אויס.


פארוואס האט דער איד און די פיקטשער בילדער גענדיגט מיט די בילדער פונעם עולם ?
דאס וואונדער האט זיך שוין אנגעהויבן תיכף ביי יעדן דא רעד ר' זלמן אז דער גאנצער פראבלעם איז נאר אז צורת קדשו פון אזא ת"ח טאר נישט זיין אויסגעמישט מיט גוים און נאך און פלוצלינג קומט א עמטליכע טעראר אויף אלע מאגאזינען אז מטאר מער נישט לייגן בילדער אפילו פונעם עולם
טא וווען מיינט מען דעם עולם און ווען מיינט מען ר' זלמן?
קען זיין אז די לישקע וועט מוזן ארויסקומען מיט א פסק אז עת לעשות לה' ממילא מעג מען מבטל זיין די תקנה

דאס דערמאנט מיר די מעשה וואס מזאגט אויף ר' ישעי' יעקב שטויבער אלס מנהל וואס האט געזאגט פאר די קינדער אז "מטאר נישט קוקן אויף קיין פרויען נאר אויף די רביצין איין קוק און שוין"...
ממילא וועט מסתם די לישקע ארויסגעבן א פסק אז איין גוטע פיקטשער פונעם עולם און שוין..

פשיהא » 5/12/2011 23:45

דער הסכם אות באות וואס די זאליס האבן אונטערגעשריבן.

בס"ד
יום ה' לסדר ויצא תשע"ב
הסכם משני צדדים

אנחנו הח"מ  ישבנו במותב ארבעה ביחד הצדדים כדלהלן:
מצד אחד ה"ה הרבני הנכבד חיים יצחק מאנדעל הי"ו, מנהל מוסדות סאטמאר 82 LEE
והרבני הנכבד מו"ה שלמה יודא מאשקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאטמאר 82 LEE
ומצד השני ה"ה הרבני הנכבד יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאטמאר 76 RUTLEDGE
והרבני הנכבד מו"ה מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר הי"ו מוסדות סאטמאר 76 RUTLEDGE

ובעזהשי"ת באנו לעמק שוה בנידון בנין NY STSATE ARMORY בוויליאמסבורג
לצורך הסעודת הודאה כ"א כסלו תשע"ב.

צד השני הסכימו מרצונם הטוב שצד א' יקבל את הבנין לשנת תשע"ב
(ויש לנו אפשירות לקבל בנין ארמארי הנמצא בקראון הייטס לשנת תשע"ב) ואי"ה בשנת תשע"ג יקבלו צד השני הבנין ארמארי הנמצא בוויליאמסבורג. (ואם יהי' איזה מניעה מצד הממשלה גם יהי' לנו דין קדימה באיזה מהבנינים שיהי' אפשר לקבל).

ובזה באעה"ח

אברהם חיים אייזנער
חיים יצחק מאנדל - 82 LEE
שלמה יודא מאשקאוויטש - 82 LEE

מרדכי אלעזר הירש - 76 RUTLEDGE
יחזקאל דוד בערקאוויטש - 76 RUTLEDGE


די רעגירונג האט פארזיכערט א קאוואנענט פונעם גאווארנערס שטאב צו באשטעטיגן אז די סטעיט וועט אויספאלגן די תנאים פון דעם אונטערגעשריבענעם שטר.

היראים » 12/12/2011 04:54

די זאליס ארבעטן שוין איבער א וואך צוציגרייטן די מארסי ארמארי
מענטשן ווינדערן זיך פארוואס דארפן זיי האבען אזויפיל צייט???
יעדן טאג וואס מ'דינגט דעם זאל קאסט זיי דאך גרויס געלט...

די סיבה דערצו איז אבער ווייל זיי האבען זייער אסאך ארבעט
די פאפעראציע קומט נישט אן אזוי גרינג
בשעת די בחורים טאנצען אויף היידפארק ווי גרויס די ניצחון אז די ארונים האבען מוותר געווען אויף די מארסי ארמארי אויף היי יאר זענען די קעפ שוין א וואך פארנאמען צו הענגן גרויסע ליילעכער אויף ביידע זייטן צו פארדעקן די גאלעריען אין שניידן גרויסע שטיקער אויף ביידע זייטן פונעם זאל,
נאכדערצו האלטן מען אינמיטן אויפשטעלן ריזיגע סטעיזשעס פאר די צורך שעה / חי' שעה פיקטשער צו צייגן אז איין מאל א יאר האבען זיי מענטשן פאר אפאר מיניט (עכ''פ אויפן פיקטשער)


עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל
עטליכע יאר צירוק, נאכדעם וואס די גאנצע יודישע וועלט איז געווען אינטערן רושם פין די גרויסע חתונה פין הרב אב''ד ביהמ''ד בית ברוך אין ק''י בן מרן רבינו שליט''א וואס געבראכען היסטאריע ביים יודענטום, דאן האבען די זאליס וועלכע האבען דאס נישט געקענט אראפשלונגן פראפאגאנדירט אז זיי קענען אויך אין האבען עטליכע חדשים שפעטער אויך געדינגען די ארמארי פאר זייער חתונה
אבער ווען דער טאג איז אנגעקומען אין מ'איז אריינגעקומען אין זאל, האבען מענטשן נישט געקענט גלייבן וואס פאר ליצים אין בלאפער זיי זענען, וויאזוי זיי האבען אויסגעשטעל די זאל בלויז פאר די פיקטשער אין געניצט אלע מיני טאקטיקן צו פארשטאפען די לעכער
זיי האבען געמאכט די אויבן אן אין 'בעק' (צו מארסי עוו'), אין 'אריינגעריקט' ווי מער אין זאל,
גענצליך אפגעשפארט די פאדרעשטע זאל מ'זאל זיך ניטט קענען דארט 'דרייען'
די גאנצע אויבן אן אין געווען 'רינדעכיג' עס זאל אראפשניידן גרויסע שטיקער פין די זאל
די פארענטשעס זענען געווען בלויז אויף די 2' זייטן' אין 'אריינגריקט' פין ביידע זייטן ווי מער
גרויסע 'ליילעכער' האבען געהאנגען פין ביידע זייטן צו פארדעקן וויפיל מ'האט אריינגעריקט אין ס'זאל גיט צייגן פאר די בילדער, לעשות רצון הפיקטשער רבי...
די סעודה האט מען סערווירט מיט 'רינדעכיגע' טישן
אינמיטן די זאל האט מען אויפגעבויט א גרויסע 'סטעיזש אויף די ברייט פין די גאנצע זאל' אין מ'האט עס צוגעשפארט פין אלע 4 זייטן אין דארט איז געווען רעזעווירט פאר פרויען ביי מצוה טאנץ קיינער האט דארט נישט געמעגט ארויפגיין, וואס האט אטאטמאטיש געשניטן איבער א דריטעל זאל...ווייל אינטער די סטעיזש איז געווען גענצליך אפגעהאקט.
כדי ס'זאל נישט צייגן אז מ'האט ארפגעשניטן א דריטל פונעם זאל האט מען אינטער דעם סטעיזש געלייגט טישן פאר די בחורים בלויז פאר די סעודה ... (אין זענען נאר דארט געווען ביז דער פעיקער איז אריינגעקומען, נאכדעם איז עס געווען ליידיג ווייל ס'איז געווען ווי אינדרויסן פין זאל מיט א די ווענט פין די סטעיזש) (פארשטייט זיך אז דאס האט מען נישט געוויזן אין די מעכטיגע שפיצער אלבום...)
אויף די רעכטע זייט פין די זאל האט מען אריינגברענגט עטליכע טרעילערס מיט בית הכסא'ס (זעהט אויס אז די גאס האט נישט געהאט קיין פלאץ...)
וכו כו'
אין טראץ וואס דארט האט מען פארשטייט זיך יא געברענגט דעם ברך משה ז''ל איז דארט געווען ריזיגע לעכער אזש שפיצער האט געדארפט שווער ארבעטן צו מאכען א גיטע פאזעל צופרידען צו שטעלן דעם מחותן אבי הכלה

די זעלבע היסטארי חזר'ט זיך יעצט איבער

סטראבערי » 12/12/2011 05:04

ווער איז דער אבד בית ברוך, וואס דו דערמאנסט?
ר ברוך ט"ב?
און אויב יא, איז די אייניקל וואס איז אים יעצט געבוירן געווארן, ביי די קינד הנ"ל?

פאפיטעס » 12/12/2011 05:48

די גאנצע איסור פון כאפן בילדער איז געווען בבחינת אין איסור חל על איסור...

תיכף ווען די בילדונג דיפארמענט האט ארויס געגעבען אן איסור צו קענען האבן א פערמיט אויף די ראסס סט. ביהמ"ד, איך מען קען מער דארט נישט מאכן די נעילת החג טיש, - וואס די גאר הויכע דאך אינעם ראס שול האט געמאכט אויסקוקען די בילד 5 מאל וויפיל מענטשן עס איז באמת געווען - תיכף נאכדעם האט רז"ל ארויס געגעבען דעם איסור אויף די בילדער, ווייל ער האט געוויסט אז אין ראדני וועט זיין בילד זיין קיין צענטעל פון ביהמ"ד הופפער.

איז איצט - מארקט מיי ווארד - די זאליס גייען מתיר זיין די בילדער מיט טויזענט תירוצים, אזש אז די רעבע זכרונו לברכה איז אראפ געקומען אין ארמארי און שטרענג באפוילען אז מען זאל יא לייגן בילדער...

אבער טאמער די ארמארי פון די אהרונים וועט זיי איינפאקען, וועלן די זאליס אנהאלטען דעם איסור.