אין די טעג האט דער "ועד למניעת חילול קברים" געכאפט די ארכעלאגן גראבן קברי ישראל רח"ל אין א שטח נעבן טברי', אין א פלאץ וואס הייסט "צומת גולני".
דער משגיח פונעם ועד איז אנגעקומען דארט נעכטן מאנטאג, און צו זיין שטוינונג האט ער געזעהן אז זיי גראבן אויס קברים רח"ל אין א ביה"ח וואס איז שטארק מעגליך קברי ישראל.
דער משגיח וועלכע האט די פערמיטן אריינצוגיין איז תיכף אריין און פארלאנגט אפצושטעלן די ארבעט, אבער די ארטיגע ארכעלאגן האבן געטענה'ט אז די שטאטראט האט זיי באפוילן דאס אויסצוגראבן.
ער האט תיכף אנגעקלינגען די ראשי הועד, וועלכע האבן אראפגעשיקט נאך איינעם מיט וועמען זיי זענען פארבינדן, און יענער האט די מאכט צו פארלאנגען די ארבעט זאל זיך אפשטעלן, און אינדערצווישן האט די ועד געקאנטאקט די הויפט פון די ארכעלאגן, און אים פארגעהאלטן וואס דא טוט זיך.
דער פירער האט מודה געווען אז זיינע ארבעטער האבן געטוהן א זאך ואס זיי טארן נישט, ווייל זיי האבן געמוזט איינמעלדן פארן אנהייבן גראבן, אבער ער האט געזאגט אז עס גייט זיך אפשטעלן.
היינט איז דער ועד אריין אינעם פלאץ, און אבזערווירט וואס דארט טוט זיך.
עס שטעלט זיך ארויס אז די ארכעלאגן האבן ליידער אויסגעגראבן צוויי קברים. אבער עס איז נאך פארבליבן נאך 4 קברים, און נאך 6 "מערות קבורה", וואס דאס קען אנטהאלטן צומאל צענדליגער קברים.
זיי זענען איבערגעגאנגען מיט די ארכעלאגן די פלענער, און זיך נישט אוועקגערירט ביז עס איז געבליבן אפגעמאכט פונקטליך וואו מען גייט ארבעטן און וואו נישט, און א משגיח פונעם ועד וועט כסדר קומען אויפן פלאץ בא-אבאכטן אז די ארכעלאגן טוען נישט אנדערש ווי היינט אפגעמאכט, און אז אלע (אויסער די צוויי) די קברים בלייבן יא אומ-בארירט.
ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
---
היינט אויפדערנאכט האט די ועד אריינגערופן אין בי"ד העדה, און איבערגעגעבן אלע דעטאלן וואס עס האט ליידער פאסירט און וואס מען האט ב"ה דערגרייכט מיט די אפמאך אויף ווייטער, און די ועד האט געגעבטן בי"ד ארויסצוקומען מיט א "מכתב מחאה", וויבאלד די ארכעלאגן האבן דא געטוהן א שריט קעגן א בפירוש'ער אפמאך, און זיי מוזן זעהן אז עס איז נישט קיין מאנקי ביזנעס.
בי"ד האט געפרעגט צו עס פעהלט אויס א מחאה אויפן פלאץ, וואס אויף דעם האבן די עסקנים געזאגט אז יעצט אויף די מינוט איז שוין דא א אפמאך מיט די ארטיגע ארכעלאגן, און עס קען שאטן א פראטעסט אויפן פלאץ, אבער בי"ד זאל יא שרייבן אז אויב וועט מען זיי כאפן נאכאמאל ביי די מעשה און מען וועט זעהן אז זיי גראבן חלילה ווייטער, זאל מען ארויסגיין גלייך מיט א מחאה אויפן פלאץ.
לויט ווי דער מזכיר הבי"ד גיט איבער, גייט מארגן ארויס דער בריוו פון בי"ד (איך וועל עס האבן אפשר שפעטער היינט נאכט).
ניטאמאל ווייסט ער דאס ארט פון די חפירות, ער ווייסט ניטאמאל צוזאגן אז עס איז לעבן חבקוק הנביא ציון, און זיי האבן שוין געטאן און זיי האבן שוין געמאכט,און די העדה האט זיי געזאגט און די העדה האט זיי געהייסן דיי ארכעאלאגן האבן צו זיי גערעגדט, און ר' אהרן טייטלבוים האט געשטורמט, אזוי גייט עס ביי זיי
די מייק'ס און די גאסן אז מ'זאל ארויספארן מוחה זיין אויפ'ן ארט האט געמאכט "אתרא קדישא", מוחלה געווען האבן סאטמאר יונגעלייט פון כולל יטב לב מיט די "אוהל שרה" כולל וועמען בענצי לאוב רופט סיקריקין, אבער דער "ועד" פון לאוב האט אפגעשטעלט
צום ביד"צ העדה החרדית זענען היינט געווען עסקני "אתרא קדישא" ר' מרדכי רובין מיט ר' אהרן היימליך, אבער דער "ועד" האט ארויסגענומען דאס צעטל.
אויפ'ן ארט ביי די חפירות איז געוועזן אנוועזענד דער פארשטייער פון "אתרא קדישא" ר' משה האקערמאן, אבער לאוב פון אמעריקע און יאקטער פון תל אביב האבן עס אפגעשטעלט.
דער בריוו פון ביד"צ העדה החרדית איז שוין און גאס און לאוב זאגט אז עס קומט גאר ארויס מארגן
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן
האט איר דעם בריוו פון ביד"צ העדה החרדית.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי סוג ב- 30/11/2011 04:08:54