דורך בליקנדיג ריכטער רעיקאף'ס פסק (בשנים כתיקונם פלעגט מען שרייבן "ירום הודו"...) האת געכאפט מיין אויג א אינטערעסאנטע נקודה. וואס איך האב סאם האו פארזען ביז אהער, און לדעתי איז דאס דער שליסל פונקט אין דעם קעיס.
די נקודה איז, ואס דער שופט ציטירט פונעם סטעיט קאורט, וואס פסק'ט זייער קלאר אפ אז די ווילעדזש קען געבן א סייט פלען פאר די רעבעצין נאר אויב קהל יטב לב איז דערצו מסכים!
אויב איז דאס אמת, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז די קעיס איז א לאסט קעיס פון דעי וואן! ווייל וואס האסטו פון זיך דינגען אהער און אהין, לויפן אין סטעיט און אין פעדעראל, אויב עפטער אלל קומט מען צוריק צו איין איינציגע טענה, היתכן דער ווילעדזש גיט נישט קיין סייט פלען, ווען דערווייל איז שוברו בצידו, און דער ווילעדזש קען גאר נישט דיסקרימינירן קעגן קהל יטב לב, וואס האט א מפורש'ן פסק אז מען קען נישט געבן קיין סייט פלען אן זיי!
איז טאקע פשט אז אין פעדעראלן געריכט איז מען געגאנגען מיט א ווייטן נארישן חשבון אז אולי יחוס און די טאון וועט איבערנעמען דעם עסק, און דאן וועט די טאון - אדאנק די גלונגענע קאנעקשאנס פון בני יואל - גיין קעגן א קלארע פסק פון א ריכטער, און יא געבן א סייט פלען, און ריזיקירן אז קהל יטב לב וועט זיי גאר קלאגן פארן עובר זיין אויף א מפורש'ן פסק פון א ריכטער? אויף דעם בויט מען?
עס איז מיר אבער העכסט אינטערעסאנט, ווייל כמדומה האט מען קיינמאל נישט גערעדט פון אזא זאך אז עס איז דא א פסק אזוי, און איך מיין אפילו די אהרונים האבן אויך עס נישט אויפגעברענגט קיינמאל, זאליך זאגן אז גאנץ היידפארק האט געמאכט א קאנספיראציע קעגן מיר אז איך זאל פאר 2 יאר מיינען אז דער קעיס - און די שול בכלל - האט עפעס שאנסן?...
בכלל איז גאר מאדנע וואס דער ריכטער שרייבט אז בית יואל האט נישט קיין פלאץ ארום ווי צו מאכן א פארקינג. וואס טוט זיך מיט די בעקיארד? לפי מיטב ידיעתי האבן די אהרונים שוין אויפגעגעבן אויף דעם לאט א לאנגע צייט צוריק.
נאכמער, דערמאן איך זיך שרייבנדיג די שורות, אז ביים סטעיט געריכט זומער תש"ע, האט דער ווילעדזש כאילו מציע געווען זייערע ספיקות פאר די ריכטערן, צי זיי זאלן געבן א סייט פלען אפילו דוד עקשטיין איז נישט מסכים, און זי האט געענטפערט אז זי איז נישט קיין לאו קאנסאולטענט, מילא זאלן זיי פרעגן זייער לאיער וואס צו טון. און לויט ריכטער רעיקאף, איז דא א קלארער פסק פון אוענס לכאורה אז זיי זאלן דוקא נישט געבן אן רשות!
איך וואלט מיך געפרייט אויב עמיצער קען אויסקלארן מיין צומישעניש.