קוים א וואך זייט די ארונים האבן געפייערט א מעכטיגע זיג אז די סאוט אכט שוהל פערמיט איז רעוואוקט, און עס וועט בלייבן פארשפארט אויף לעולם ועד, קומט יעצט אן די נייעס אז די ארונים האבן שוין ווייטער געווינען אז די ריכטער וואס זיצט אויף די קעיס פון די קעי דזשעי ווילידזש האט ארויסגעווארפן די גאנצע קעיס, דא קומט א גרויסע 'אבער' אז די ריכטער האט צוגעלייגט אז מען קען יא אריינקוקן אין די קלאגע איבער די קאמיוניטי רום, וואס דאס איז געווען איינע פון די הויפט טענות וואס מען האט פארלאנגט עס זאל געשליכטעט ווערן, אבער ביי די חלה דעקלעך איז שוין א געווינס די איצטיגע פסק.
אוודאי וועלן די ארונים שרייען אז די זאליס האבן געוואלט בעיקר אינגאנצן פארשפארן די ווילידזש, אבער יעדער וואס קען ציילן 1 + 1 ווייסט און פארשטייט אז דאס איז נישט געווען די ציהל.
יעצט קענען זיי טאנצן חסדי השם אז זיי פירן ווייטער די ווילידזש, מיר וועלן זיי שטארק מכיר טובה זיין דערפאר פארן אונז לאזן זיצן ביי זיי אויף קעסט בשעת זיי דארפן זיך ספראווען מיט אלע שטרויכלינגען אנגעהויבן מיט צרות פון די שכינים און געענעדיגט מיטן אויפרוימען די גארביטש און פאשקעווילן...

תוקן על ידי סעלפאן ב- 28/11/2011 23:19:55