היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עין לא ראתה: ! הקפה שניות אין סאטמאר

עין לא ראתה: ! הקפה שניות אין סאטמאר

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927568

פאמאגראנט » 27/11/2011 22:53

נישט דא ווערטער צי באדרייבן די געפילן פין די טויזנטער יודען וואס האבן זיך נעכטן באטייליגט ביי די געהויבענע הכנסת ס"ת וואס איז אריין געגעבן געווארן די קהל יטב לב לע"נ דעם ברך משה זי"ע

וויליאמסבורג האט א נאך אזא הכנסת ס"ת נישט געזעהן דעם ריזין ציבור נישט בכמות אין נישט באיכות

די מוסר השכל דערפין איז מען מעג האבן דעם דברי חיים ס"ת אזס טאמיר מען האט א רבי'ן א שטריק אין אן עם הארץ קומט מען נישט

געלעכטער » 27/11/2011 23:43

דער מוסר השכל פונעם מוסר השכל איז, אז דער איד וואס האט זיך אמאל גע'חלומ'ט אז ער וועט זיין רשכבה"ג, און דער מלך יחיד בסאטמאר, דארף היינט צוטאגס אריינרוקן אין יעדן רעפארט פון זיינס א מסיבה אז דער "צד שכנגד" פלאצט אויף כח... ‎​
 
און דער הויעכפונקט פונעם מוסר השכל איז, אז דער איד טאנצט הקפות שניות ערגעץ אויף הופפער סטריט. א גאס וואס ער האט קוים געקענט ארויסזאגן דעם נאמען ביז אפאר יאר צוריק, ווען ער האט געוויסט נאר פון "ראדני".

רבי_יונה » 28/11/2011 00:20

געלעכטער, דיין לאכן איז פון טיפער ווייטאג.

ווייל בו בזמן וואס יעדעס אינגל ווייסט און פארשטייט אז דער הייליגער מגיד פון מעזריטש איז מיט רעכט דער ממלא מקומו וממשיך דרכו פון מרן רביה"ק הבעש"ט, כאטש וואס ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין מעזבוזש, נאר אין א פאני שטאט וואס קיינער קען נישט דעם נאמען "מעזריטש"...

יעדער פארשטייט אז מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז מיט רעכט דער ממלא מקומו וממשיך דרכו פון מרן אבותיו ורבותיו הקדושים מסיגוט, כאטש וואס ער האט קיינמאל נישט געקרוינט געווארן אלס רב אין די שטאט סיגוט, נאר אין עפעס א פאני שטאט ווי ייילניצא, און דערנאך ארשיווא, און דערנאך קראלי און דערנאך סאטמאר.

יעדער פארשטייט אז מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז מיט רעכט דער ממלא מקומו וממשיך דרכו פון מרן רביה"ק זי"ע, כאטש וואס ער האט נישט זיין ביהמ"ד אויף די הייליגע "ראדני סטריט" וואס כידוע אט רביה"ק זייער ליב געהאט "ראדני" און האט מקדש געווען די הייליגע גאס פון בעדסטיי ביז הארלעם בעשר קדושו, נאר אין א פאני גאס וואס קיינער קען נישט דעם נאמען "הופער"...


פאר דעם טיפוש וואס רופט זיך געלעכטער מוז איך אזוי ענטפערן, ווייל איך בין זיכער אז רוב זאליס פון בלומנענפעלד ביז דער פשיהא שטריק זענען איבערצייגט ברוב חכמתם ורוחב בינתם אז דער רעכעבעזרינלרינויעעלעבראווכע איז נאר געווארן דער רבן של ישראל וועגן די רביצין אלטא פיגא ע"ה...

פאר אט די טפשים איז מיין ענטפער געצילט.

אצינד לאמיר צוריק-קירעווען דעם שמועס:

דער הערליכער מעמד הכנסת ספר תורה פון דעם מוצש"ק העעל"ט ווי טויזנטער אידן זקנים עם נערים האבן געטאנצן מיט די הייליגע תורה לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה איז א סימן נצחי פון דעם קשר של קיימא וואס קהל יטב לב מיט אירע טויזנטער חסידים זענען אדוק ומקושר צו דעם צדיק אמת, און כאטש וואס מיר ווייסן אז אין "ראדני" רייסט מען אויס זיין נאמען איבעראל, און נאר דער נאמען פון "יעקב נחמי" קען שטיין אויף א געביידע, דער נאמען פון "ברך משה" איז לא יזכר ולא יפקד.

וועגן דעם האט דער שטריק דעם סוקסעס וואס ער האט.

יהא רעווא אז דאס זאל אים באגלייטן לעולמי עד !

 

FiveBoro » 28/11/2011 00:25

טאקע א זעלטן געהויבענער מעמד געווען! במעמד אלפי ישראל.

ווי ברענגט מען אריבער אזאנע יום טוב'דיגע הרגשים אין א ר"ח כסליו?... נישט יעדער קען דאס באווייזן.

-----

אגב, די אויסדרוק אויפן קעפל איז אומריכטיג. (מסתמא געוואלט שרייבן 'אשרי עין ראתה').

היראים » 28/11/2011 00:46

דערהויבען אין מלכות'דיג - העכער אלע שאצונגען
די שווערע טויזענטע חסידים ואנשי מעשה וואס האבען געטאנצען מיט די שותפות'דיגע ס''ת די גאנצע וועג פין ביתו נאווה קודש ביז גרויסען בית המדרש האט אויסגעקוקט באלד ווי די באגלייטן מוצאי יו''ט (בעפאר די רבי שליט''א האט עס מבטל געווען)
אפגערעדט אז דער ביהמ''ד איז נישט געווען אנגעגרייט פאר אזא ריזן ציבור בליעה''ר
אין דער עולם האט געמוזט שטיין אינדערמיט ארום די בלעמער אזווי ביי די סאטמערע הקפות
אשרי עין ראתה


פאר א זיסע נאכשפייז איז זיס צו הערן די זאליס שעלטן, וואס איין הכנסת ס''ת קען מיט זיי טוהן....
א שעה פאר'ן זמן זענען די קווינס בחורים ארומגעפארען אין וומ''ס צו ציילן די סיינס אין רייסן די פאוסטערס, (זיי האבען נאכנישט געוויסט אז ס'גייט נאר זיין 400 מענטשן..)
זיי האבען נאך עספיעט צו עפענען א עמערזשענסי אשכול מיט קללות אין טיפשוס בעפאר כניסת השבת אז ווען די פעיקערס וועלן דורכגיין אויף בעדפארד מוצש''ק זאלען זיי שנעל קענען טרעפן חיזוק וואס וועט זיי גרינגער מאכען אויפן מאגען...
אבער ס'קומט מוצש''ק די עכטע חסידים זענען נישט ציפרידן געווען האבען זיי שנעל געשיקט זייער שיק יונגעל זאל כאפען בילדער אין ביהמ''ד ווען די ציבור מיטן ס''ת זענען נאך געווען אויף בדעפארד עוו'
דער בחר'ל איז אנגעקומען אויף הופער אין ער האט זיך געמוזט ארויסרייסן נאך א האר פין זיי אויסגעפליקטע בארד
עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן טראץ וואס טויזענטער טאנצען נאך אין גאס זענען שוין מאסען אין גרויסן ביהמ''ד צו כאפען א פלאץ
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער חכם ווערט אבער ניטש פארלוירן אין איז מסביר פאר זיינע קעלבער אז דא טאנצט מען מיט די ספר תורה אין בית המדרש......
אין אלע קעלבעך זענען העפי.....


{זעהסט, געלעכטער
איך רעדט פין ענק, קענסט שרייבן נאך א תגובה..)


תוקן על ידי היראים ב- 28/11/2011 00:56:38

געלעכטער » 28/11/2011 00:50

נאר נייגעריג צו זען וויאזוי די זאליס שעלטן... דא איז נאכנישט געווען קיין איין פאזיטיווע תגובה עס זאל נישט זיין אויסגעמישט מיט נעגעטיווקייט אויף די זאליס. איך כאפ שוין פונקטליך וואספארא סוקסעס עס איז געווען.

IAMSMART » 28/11/2011 01:00

יונהלע..אויב סאיז אזוי אז מען קען זיין דער ממלא מקומו וממשיך דרכו אפילו מען איז אויף הופער סטריט טא אויב אזו פארוואס האבען ענק אויס געגבען מיליונען דאלארן צי באקימען ראדני?..קאמאנטארען זענען איבעריג.. 

ארגינעלער » 28/11/2011 01:59

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יונהלע..אויב סאיז אזוי אז מען קען זיין דער ממלא מקומו וממשיך דרכו אפילו מען איז אויף הופער סטריט טא אויב אזו פארוואס האבען ענק אויס געגבען מיליונען דאלארן צי באקימען ראדני?..קאמאנטארען זענען איבעריג.. 


פייטן ראדני איז א געלט דיסזישען געווען
גארנישט ממלא מקום

והא ראי' אין מאנרא ווי דער רבי האט אלעס איבער גענימען אין זשיגאן האט זיך געבויעט א כאטקע ביי פייערווערקער'ס בעדרום אין מיט דעם אלעס שרייט עטץ אז דארט איז די צענטער

למעשה מיר געב מיר זיך א קוק אן ראדני איז א פיסטע שיל מיט א שייגץ וואס זיצט דארטן בראש
ס'איז א גרעסערע קינץ אויס צי ליידיגען ראדני ווי אנציפילן הופער

געלעכטער » 28/11/2011 07:48

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יונהלע..אויב סאיז אזוי אז מען קען זיין דער ממלא מקומו וממשיך דרכו אפילו מען איז אויף הופער סטריט טא אויב אזו פארוואס האבען ענק אויס געגבען מיליונען דאלארן צי באקימען ראדני?..קאמאנטארען זענען איבעריג.. 


פייטן ראדני איז א געלט דיסזישען געווען
גארנישט ממלא מקום



און וועגן דעם "געלט דיזישען" האט דער דזשיגאן געווארט ביי זיך אין שטוב שמיני עצרת צופרי מ'זאל אים קומען זאגן אז דער שול איז זיינס? מ'שטיינס געזאגט דער דזשיגאן טוט ביזנעס אום יום טוב?...

רבי_יונה » 28/11/2011 07:55

איך פארשטיי נישט פארוואס דו פארשטייסט נישט.
יעקב אבינו איז צוריקגעגאנגען פאר פחים קטנים, איז דאס נישט קיין "געלט דעסידזשאן".

עס קוקט אויס אז ביי ענק זאלונים איז קענען לערנען ביהרוג ואל יעבור.

פוסטע אמעראצים און ליידיגע שטריקעס פון בלומענפעלד ביז'ן פשיהא פעיקער. איינס ביי איינס.

IAMSMART » 28/11/2011 16:32

 מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז מיט רעכט דער ממלא מקומו וממשיך דרכו פון מרן אבותיו ורבותיו הקדושים מסיגוט ווייל ער האט אויך געמימען די חסידים פין  אבותיו ורבותיו הקדושים! דיין רבי קען זיך טאקע ריפען ממלא מקום פין ברך משה זצ:ל אבער ממלא מקום פין בל דברי יואל איז ער נישט סארי...ער האט עס איבער געלאזט פאר זיין יונגערען ברידער אזוי ער האט גענימען זיינע חסידים

תוקן על ידי IAMSMART ב- 28/11/2011 16:33:08

רבי_יונה » 28/11/2011 18:31

איך האב געמיינט אז אויב מ'איז ערגעץ אין קראלי, ארשיווא אדער סקאמיר (סאטע מארע) קען מען נישט זיין ממלא מקום?

נאך א זאך,
רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער ז"ל צי רבי שלום נחמן פילאפף ז"ל צי רבי יוסף יהושע גראס ז"ל זענען נישט אזוי תלמידים פון רבי'ן ווי דער מונקאטשער שאול פערלשטיין (פראטאקלירער) אדער דער נואף פון עסטרייך וד"ל וד"ל?

מישמאש » 28/11/2011 18:41

ריפן ר' זאלישעל מ''מ פון רבינו הקדוש זי''ע, איז רעכטער פגיעה באותו צדיק, א יוד וואס קען ח''ו זאגן אזא זאך דארף מען מחרים זיין מיט טויזענט שופרות!

IAMSMART » 28/11/2011 18:49

רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער ז"ל צי רבי שלום נחמן פילאפף ז"ל צי רבי יוסף יהושע גראס ז"ל זענען טאקע געווען זייער פיינע יודן אבער די רבי האט זיך קיינמאל נישט גערעכענט מיט זיי זיי זענען געווען פין די פלענע עמך יודן משא:כ ר/שמוען ווייס אין ר/ לייבלע גליק אין ר/ יוסף אשכנזי אין ר/ איזריעל גליק אין קאשוי רב אין גאנץ בני יואל זענען געווען די יודן וואס די רבי האט זיך נישט גערירט אן זיי! אין זיי אלע זענען ביים יונגערן ברידער..אין צום שליס האב איך דיך געוואלט פרעגען וואס איז דער חילק צוישען דער מונקאטשער שאול פערלשטיין אין דער מינקאטשער גנב יצחק ראזענבערג?

רבי_יונה » 28/11/2011 19:00

הייסט ווער עס כאפט דעם דיקן שוחט עזריאל גליק דער ווערט אויטאמאטיש ממלא מקום.

און ווער עס כאפט דעם גראבן געלן בדחן שלמה יאנקעל אדער דעם אנדערן שלעגער טירנויער, ווער איז דעמאלט ממלא מקום???

פאר אזעלכע דברי חכמה קענסטו באקומען א דיפלאומע אין די קווינסער חמלה ואמונה

IAMSMART » 28/11/2011 19:05

איך האף אז די פארשטייסט אז געבויט סאטמאר האבען די לעפקעוויטשעס אין נישט די גאליס...

תוקן על ידי IAMSMART ב- 28/11/2011 19:05:20

וואלןסח » 28/11/2011 19:05

איי עם סמארט, שמך נאה לך, בלשון סגי נהר, א סעמפל פון א זאלי
דער רבי האט זיך נישט גערירט אן ר' שמעון ווייס? (פאר אורוגוויי אדער נאך?), אן ר' לייבעלע גליק?, אן קאשוי רב (נישטא ווער זאל לאכן), האסט פארגעסן צוצולייגן, אז דער רבי האט זיך אויך נישט גערירט אן ר' אברהם לייטנער

אפשר זאגסטו מיט וואסערע זאכן די רבי האט זיך מער גערעכנט מיט ר' שמעון ווייס ווי מיט ר' יקותיאל הערש?
אפשר זאגסטו מיט וואסערע זאכן די רבי האט זיך מער גערעכנט מיט ר' לייבעלע גליק ווי מיט ר' יוסף יושע גראס?

דער רבי האט זיך נישט גערירט אן גאנץ בני יואל!!! אנגעהויבן מיט יאסעלע וואלדמאן מיט זיינע מעשים טובים יענע יארן, און געענדיגט ביים געלן בדחן
נישטא ווער זאל לאכן

איין זאך קען איך דיר זאגן, יא גערעכט, די ירושה פון רביה"ק בעל דברי יואל איז צוטיילט
די יושבי קרנות מיט די שלעגערס פון רבין האט רז"ל גענומען
און די חסידישע ערליכע אידן האט רבינו שליט"א גענומען

ונאמן עלי דברי הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ז"ל (וואס דער רבי האט זיך נאך אזויפיל גערעכנט מיט אים ווי מיט ר' לייבעלע גליק) וואס ער האט געזאגט תשמ"ט אויף די אלע פורשים, "איך קען אייך אנצייגן אויף יעדן פון די חברה, ס'איז נישטא קיין איינער פון זיי וואס האט נישט געהאט מצער געווען דעם רבין ז"ל בחיים חיותו"
און מיט די האט זיך די רבי גערעכנט, נעבעך

IAMSMART » 28/11/2011 19:11

וועם האט ער געמיינט ס'איז נישטא קיין איינער פון זיי וואס האט נישט געהאט מצער געווען דעם רבין ז"ל בחיים חיותו"
ר/ יוסף אשכנזי אדער ר/ איזרעל גליק אדער די רעבעצען גאר...זאג נאר שעפעלע די ווילסט רעדען פין מצער זיין ?וואס האט נאך אזו מצער געווען דעם רבין ווי דער שידך מיט וויזניץ מיט א מיידעל וואס האט געלערענט אין חינך אצמאוי אין איינער וואס רעדט עברית הא?..





תוקן על ידי IAMSMART ב- 28/11/2011 19:16:21

וואלןסח » 28/11/2011 19:17

קוקט אויס גאר יונג, ביסט אוודאי נתגדל געווארן על ברכי הרז"ל.

לאמיר דיר דערציילן אביסל היסטארי, ביז בערך תשנ"א איז ר' יוסל אשכנזי געווען כאחד מן השורה אין סאטמאר, ער האט נישט געהייסן פון די וואס באלאנגן צו בני יואל, ער האט אפשר נישט אקצעפטירט אלעס וואס מען האט געטון, אבער ער איז געווען בערך אזא בחינה ווי ר' עזריאל גליק איז געווען אין סאטמאר צווישן תשס"ו און תשס"ח.
איך זאג דיר וואס ר' אברהם יעקב האט געזאגט תשמ"ט אויף די אידן וואס האבן זיך דעמאלטס אהין געשטעלט, די וואס זענען שפעטער צוגעקומען ווייס איך נישט.

און בנוגע די רעבעצין..... ס'איז נישט קיין ענין צו רעדן אויף שוכני עפר

היראים » 28/11/2011 21:03

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

ביי די ריקודים אין היכל ביהמ"ד הגדול

הגה"צ אב"ד סאטמאר וומס"ב שליט"א

ביי די ריקודים אין היכל ביהמ"ד הגדול

די ריזן ציבור ביי די ריקודים

אין היכל ביהמ"ד הגדול

ביים סעודה לגומרה של תורה

היראים » 28/11/2011 21:07

נישט באמערקט שוין דא אשכול פאר בילדער
בילדער און קליפ'ס פון די היסטורישע הכנסת ספר תורה

היראים » 29/11/2011 02:19

די פייערליכע ריקודין בביהמ"ד הגדול


בילדער דורך:
SOS IMAGES
און יוסף גאלדבערגער
 
 

 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

♦♦♦

היראים » 30/11/2011 22:19

אנשי שלומינו נאך אלץ אונטער'ן רושם פון געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה לעילוי נשמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

שטייענדיג עטליכע טעג נאך דעם געהויבענעם מעמד במקהלות רבבות בית ישראל איז דער ציבור נאך אלץ אונטער א טיפן איינדרוק פון דעם מעמד מרוגש ווען טויזענטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם ביי די שמחה של מצוה פון חינוך ספר תורה החדש וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און איז אריינגעגעבן געווארן אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

 

במשך די לעצטע פאר טעג איידער דעם מעמד האבן זיך שוין אנגעזען די ווארימקייט וואס נעמט ארום דעם גאנצן עולם זייענדיג אזוי דבוק און מקושר אין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס איז געווען ווי א טאטע פאר אונז אלע, און האט אזויפיל יארן משפיע געווען תורה ויראת שמים און ישועות ורפואות פאר'ן גאנצן ציבור, ביז צו זיין הסתלקות אום כ"ו ניסן בשנת תשס"ו לפ"ק.

 

דאס האט זיך ספעציעל ארויסגעוויזן ווען דער ציבור האט געשטראמט אין די מאסן זיך צו באטייליגן בגוף ובממון ביי די מעמדי כתיבת האותיות אין שטוב פון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א און אין די נאכפאלגענדע געלעגנהייטן פון כתיבת האותיות בביתם פון נדיבים ועסקנים.

 

אנגעהויבן פון 8:30 האט דער עולם אנגעהויבן צו שטראמען קיין היוז סטריט פארנט פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, וואו עס איז שוין געשטאנען אויפגעשטעלט א הערליכע חופה לכבוד התורה און די מוזיק האט געשפילט פרייליכע ניגונים לכבוד המאורע.

 

דער צרכי ציבור טראק האט זיך געפונען ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו און וויליאמסבורג סטריט, פון וואו עס איז פארטיילט געווארן ספעציעלע פענדלעך און פעקלעך פאר די קלענערע קינדער לכבוד דעם מעמד,  

 

אום 9:15 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און איז תיכף צוגעפארן לביתו נאוה קודש וואו עס האבן זיך שוין געפונען א צאל ראשי קהילה ואנשים מכובדים וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סומעס פאר די ספר תורה.

 

דאן האט דער סופר הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה צום רבי'ן און דער רבי האט מסיים געווען די כתיבת הספר תורה שרייבנדיג די פיר אותיות פון זיין נאמען. אינדערצווישן ווי לאנג מען האט געווארט אז די טינט זאל זיך אויסטריקענען זענען די נדבנים דורכגעגאנגען אין א רייע אפצונעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א וואס האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים.

 

דערנאך איז הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א מכובד געווארן מיט הגבהת הספר תורה, און מיט גלילה איז מכובד געווארן חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א,  און דאן האט די רבי שליט"א  ארויפגעלייגט דעם כתר תורה. און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד וואו דער רבי איז געטאנצן עטליכע מינוט מיט די ספר תורה, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. צו טאנצן מיט די ספר תורה.

 

אום 9:45 האט רבינו שליט"א ארויסגעפירט די ספר תורה מביתו נאוה קודש ווערנדיג אנטפאנגען בשירה וזמרה דורך די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן געטאנצן אויפ'ן גאס לכבוד התורה. דער רבי שליט"א האט פערזענליך באגלייט די ספר תורה במשך די גאנצע וועג ווען די ספר תורה איז געפירט געווארן אין באגלייטונג פון אלופי אלפי ישראל, בעלי בתים אברכים און בחורי חמד שיחיו, וועלכע האבן זיך משמח געווען בשמחת התורה בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות, טאנצנדיג פאראויס מיט גרויס התלהבות כראוי לכבודה של תורה. בשעת די תהלוכה זענען מכובד געווארן די חשוב'ע רבנים ודיינים, כלי קודש וחשובי העדה, צו טאנצן מיט די ס"ת אונטער די חופה.

 

א באזונדערע סדר איז צוגעשטעלט געווארן פאר די ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות אין די תלמוד תורה וועלכע זענען געקומען צום מעמד אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע מלמדים שיחיו און זיי זענען געגאנגען פאראויס פון דעם הכנסת ספר תורה טראק מיט פאקלען אין די האנט לכבודה של תורה.

 

די ספר תורה איז געפירט ווערן פון היוז סטריט צו בעדפארד עוועניו, וואו מען איז אריבערגעגאנגען העכער די הייוועי ביז צו וויליאמסבורג סטריט וועסט, און פון דארט איז די גאנצע פאמאליע אראפגעגאנגען גאנץ וויליאמסבורג סטריט ביז קענט עוועניו צום ביהמ"ד הגדול, עס איז גאר שטארק באגריסט געווארן דער געוואלדיגער סדר וואס איז אהערגעשטעלט געווארן למען גדרי הצניעות, ווען די גאסן פון בעדפארד עוועניו פון היוז סטריט ביז וויליאמסבורג סטריט וועסט, ווי אויך די גאנצע גאס פון וויליאמסבורג סטריט פון בעדפארד עוועניו ביז קענט עוועניו איז געווען אפגעטיילט מיט ספעציעלע בעריקאדן צווישן די מענער און פרויען, כדי צו פארמיידן תערובות ח"ו.

 

א מחזה הוד איז געווען בשעת  דער רבי שליט"א האט אריינגעברענגט די ספר תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול דורך די גרויסע טויערן אויף קענט עוו. ווען דער גאנצער ציבור איז אריין אין אן עקסטאז זיך דערמאנענדיג די זמנים ווען מען איז געטאנצן די הקפות בצל קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בהלו נרו על ראשינו, שפירנדיג אז נשמתו הקדושה געפונט זיך דא מיט אונז אין אזא געהויבענעם מעמד.

 

דער מעמד וועלכע איז אפגעראכטן געוארן בלויז אין א קורצע אפשניט נאך דעם הייליגן יו"ט שמחת תורה העעל"ט, האט טאקע ריכטיג אויסגעקוקט ווי הקפות שניות ווען דער ביהמ"ד איז געווען  מקצה אל הקצה ארומגענומען מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס וואו די גאנצע עדה הקדושה האבן זיך געפריידט בשמחת התורה בשעת די מחול לצדיקים ווען רבינו שליט"א האט דורכגעפירט די הייליגע ריקודין של שמחה קרוב צו א האלבע שעה מיט די ספר תורה אין די האנט לע"נ אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

 

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דערנאך איז הגה"צ רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א מכובד געווארן צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן איז מכובד געווארן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו  חבר הוועד כתיבת ספר תורה אריינצולייגן די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות

 

תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז צוגעשטעלט געווארן די סעודת מלוה מלכה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א סעודת ר"ח פאר'ן גאנצן ציבור אנ"ש לכבוד המאורע אינעם "בנין חי"ל הילמאן" אויף 13 הופער סט. רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת מצוה לגומרה של תורה. נאכ'ן פארטיילן שריים און וואונטשן לחיים פאר'ן ציבור האט דער רבי מכבד געווען די משוררים צו זינגען די זמירות לכבוד מלוה מלכה.

 

דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברענגט די שמחה פון די בני קהילתינו הק' נאכ'ן פארענדיגן די ספר תורה לע"נ רביה"ק בעל ברך משה צו וועם אונזער ציבור איז געווען אזוי נאנט און מקושר. דערנאך האט ער זיך באדאנקט פאר די חברי ועד כתיבת ספר תורה וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט די עבודת הקודש במשך די לעצטע פאר יאר מיט גרויס איבערגעגעבנקייט.

 

דערנאך האט דער ציבור זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א, דער רבי האט צום ערשט אנגעהויבן מיט א שיינעם דרוש לכבוד המאורע, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען בענינא דיומא זיך באציענדיג אויפ'ן פסוק אין די וואכעדיגע סדרה ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ, האט דער רבי געזאגט אז מטל השמים גייט ארויף אויף די תורה וואס איז געגעבן געווארן פון הימל צו דער ערד, ומשמני הארץ גייט ארויף אויף די צדיקים פון דער ערד וואס גייען ארויף אין הימל, וואס ווען מען גיט אריין א ספר תורה לע"נ די צדיקים איז מען מקשר די ביידע ענינים און דערמיט איז מען זוכה צו די ברכה פון ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ.

 

נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. מיט ברכת המזון.

 

-עליונים ששו ותחתונים עלזו-

•♦•

מאירשלום » 1/12/2011 04:22

קען איינער ברענגען בילדער פון די "הויעך שטאקיגע ברענטשעס" ביים סעודה אין היכל הילמאן

מאירשלום » 1/12/2011 04:24

קען איינער ברענגען בילדער פון די "הויעך שטאקיגע ברענטשעס" ביים סעודה אין היכל הילמאן

לאגיש » 1/12/2011 05:29

מאיר שלום אויפן קליפ זע איך גרויסע שטאקן ברענטשעס

מאירשלום » 1/12/2011 06:31

לאגיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מאיר שלום אויפן קליפ זע איך גרויסע שטאקן ברענטשעס
ביטע ברענג א בילד. אגב די ארונים האבען יו"ט סוכות נישט געבריענגט קיין איין איינציגען בילד פון מהר''א אין קרית יואל ווייסטו פארוואס

קריסטאל » 1/12/2011 06:59

איך האב  געזעהן הערליכע בילדער פין קרית יואל סוכות

פשיהא » 1/12/2011 20:47

מאיר שלום, דאס זענען דאך ווינציגער פון 400 מענטשן.


סאו וואס נאך דארפסטו, ביסט נאך אלץ נישט העפי?




ביים עסן איז אויך געווען אזויפיל מענטשן (אונטער 30 יאר פארשטייצעך).


תוקן על ידי פשיהא ב- 01/12/2011 20:47:36

מאירשלום » 1/12/2011 21:12

קריסטאל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב  געזעהן הערליכע בילדער פין קרית יואל סוכות
בחצרות האט עס נישט געהאט און. קיין שום אויסגאבע אויכעט נישט. ביטע ברענג עס ארויף דא

מאירשלום » 1/12/2011 21:18

פשיהא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מאיר שלום, דאס זענען דאך ווינציגער פון 400 מענטשן.


סאו וואס נאך דארפסטו, ביסט נאך אלץ נישט העפי?




ביים עסן איז אויך געווען אזויפיל מענטשן (אונטער 30 יאר פארשטייצעך).


תוקן על ידי פשיהא ב- 01/12/2011 20:47:36

איך זעה אז דער בלאט ליינסט אויכעט נישט דארטען איז גאשטאנען אז סגייט זיין ביים סעודה הויעכשטאקיגע ברענטשעס פאר די בחורים ביטע ברענג א בילד דערפון.

פשיהא » 1/12/2011 22:45

ביים עסן איז געווען געפערליך אויסגעשפילט. ס'איז געווען הכל בכל מכל כל אונטער 400 מענטשן.

בערך אזוי וויייניג ווי ביים טאנצן.
ביים טאנצן זעסטו מענטשן?




דאס זענען בחורים פון קווינס !