היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דזשיגאן מאכט א שפיל מיט "חיזוק ספר תורה"

דזשיגאן מאכט א שפיל מיט "חיזוק ספר תורה"

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927308

סעלפאן » 25/11/2011 22:48

איך האב היינט דורכגעוואקט אויף היוז סטריט און וויליאמסבורג, איך זעה ווי עס הענגט א ברייטע ליילעך פון די דריטע שטאק פון עפעס א טיפיקעל וויליאסמבורגע דירה מיט א אויפשריפט דערויף, עס האט מיר געוואונדערט ווער און פארוואס זאל הענגן א ברייטע ליילעך אויסגעשפרייט אויף עפעס א פארשטיפטע געסל אין וויליאמסבורג, זייענדיג אזוי נייגעריג האב איך געפרעגט איינעם וואס וואוינט די נעקסטע הויז האט ער מיר געזאגט עס גייט זיין א הכנסת ספר תורה און עס וועט ארויסגיין פון יענע הויז. איך באגריס אים מיט א הערצליכע גוט שבת און דאנק אים פארן שטילען מיין נייגער.
 
גיי איך מיר ווייטער אויפן וועג אהיים אראפגייענדיג ליע עוועניו זעה איך ביי ליע קארנער ראסס אינעם פאטא געשעפט מער קאסטומערס ווי געווענליך, קודם האב איך געמיינט עס איז דא עפעס א גרויסע סעיל דארט לכבוד די גרויסע טאג "בלעק פריידעי", בין איך אריינגעגאנגען און זיך ארומגעקוקט וואס איך קען זיך איינהאנדלן, אבער איך האב נישט געטראפן עפעס וואס איך זאל דארפן האבן, און גיין סתם קויפן אין די וועלט אריין נאר ווייל עס איז ביליג איז דאך אויך נישט קיין רעדע, האב איך זיך אפגעשטעלט ביים קעשיר קוקן וואס אנדערע קויפן דארט, זעה איך די אלע קויפן SD CARDS, איך פרעג איינעם דארט ביים ארויסגיין וויפיל צאלט מען היינט דערפאר ווייזט ער מיר די ארגינעלע פרייז, איך פרעג אים פארוואס קויפט עס יעדער אויב איז עס נישט ביליגער ווי א צווייטע טאג? זאגט ער אז מארגן גייט זיין א הכנסת ס"ת אין פארטין הופפער.
 
צוביסלעך האב איך צוזאמגעשטעלט די פאזל אז דזשיגאן גייט מארגן מאכן א הכנסת ס"ת.
 
עס שטעלט זיך ארויס און יעדער פארשטייט עס מיט די אייגענע שכל אז די גאנצע פאמפע דראמפע מארגן איז נאר צו הייבן די געמיטער ביי די דזשיגאנישע קהילה און זייער פירער, זיי מיזן האבן עפעס חיזוק נאך זייער "BLACK WEEK" ווי יעדער האט געזעהן ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער מענטשן און זיך מיטגעפרייט ביים סאטמארע תנאים, אזוי אויך קענען זיי נישט דורכטראגן די פאקט וואס יעדער וואס גיי דורך די סאוט אכט ביהמ"ד זעהט ווי די בוי ארבעט אויף די אלטע און אויך די נייע בנין גייט ב"ה אן מיטן פולע קראפט טראץ וואס די ארונים האבן זיך שוין געשוואוירן אז די שוהל איז א פארגאנגענהייט און פרובירט מיט אלע כוחות איבערצוצייגן די קעלבלעך וואס שעפן זייער גאנצע חיות פון היידפארק אז די פערמיט וואס די זאליס האבן ערהאלטן איז שוין ריוואקט געווארן דורך די הילף פונעם נייע פאליציי ליעזאן שייע יצחק רובין און זיין טאטע מאמע.
 

 
דעריבער אז זייער קעלבלעך זענען אזוי אנגעזעצט און אפילו היידפארק גלייבן זיי נישט יעצט נאכן זעהן די לצנות און לגיונות מיט וואס מען פירט זיי ארום איז מען אויפגעקומען מיט א עצה אז מען וועט מאכן מארגן א גרויסע חיזוק ספר תורה, טראץ וואס עס איז נישטט יעצט קיין יארצייט וכדומה פארוואס אין א גרינע טאג מאכט מען א הכנסת ס"ת לע"נ איינעם אין וועם זיי האבן זיך מתחצף געווען ביזן שיקן א סובפינע צו ערשיינען אין קארט! די בעביס וועלן ווערן העפי ווען די לאלא מוזיק וועט גראגערן הויעך, דזשיגאן וועט טאנצן מיט די SAS שיך, נעקסטע וואך וועט מען שוין קענען מאכן א גורל אויף די SAS שיך מיט וואס ער האט געטאנצן און אויף די זעקסטע הקפה קאפל.
 
והעיר דזשיגאן צהלה ושמחה...

עםהארץל » 27/11/2011 04:56

סעלפאן, מאכסט מיך לאכן...

די מצוה טאנקען פון די דזשיגאנער קהילה פארן ארום אין וויליאמסבורג מיט מוזיק זיכער צו מאכן אז יעדער ווייסן פון די הכנסת ספר תורה אויף קענט עוועניו

פריינדליך » 27/11/2011 05:43

WOW! איך ווייס נישט פארוואס אבער סעלפאן'ס תגובה דערמאנט מיר פון שבת פרשת ויקהל און פקודי תשס"ה.. ווען די ארונים האבן שוין 3 חדשים פריער געמאלדן אז מהר"א גייט קיין לאנדאן אויף שבת פקודי. און פיר וואכן שפעטער האבן די זאליס דערקלערט אז מהרז"ל גייט אויף פר' ויקהל. און נאך שבת ויקהל האבן ענק געשריבן אז ווייל די ארונים האבן געזען וואספארא שבת די זאליס האבן געהאט האבן זיי באשלאסן א וואך שפעטער עס נאכצומאכן... די זעלבע קוקט מיר אויס מיט די תנאים וואס איז באשטימט שוין פון 2 וואכן צוריק און די הכנסת ס"ת וואס איז שוין 4 וואכן באשטימט ווען עס וועט זיין. בד"וו איך גרייט מיך שוין צו הערן ענקער קומענדיגע ספין אז די ס"ת איז געפרינט דורך קאמפיוטער און נישט געשריבן דורך א סופר...

סענעטאר » 27/11/2011 06:14

פריינדליך, דער חילוק איז נאר אז אין לאנדאן האבן אים אפגעווארט הונט..

סעלפאן » 27/11/2011 08:44

דזשיגאן פארט מיט אסאך לייטס און לעלוס http://youtu.be/8w226t3SuxY?a

וויכטיג » 27/11/2011 19:35

ברעיקינג: אהרונים אין מערכה מיט זייער אלטער שונא רבינו הברך משה זצ"ל

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א הכנסת ספר תורה ביי די פישמאן שול אויף הופער לע"נ רבינו ברך משה זי"ע, די ארניס קאמפיינען און פראפאגאנדירן שוין וואכן לאנג איבער דעם גרויסארטיגן מעכטיגן הכנסת ספר תורה, וואס די כתיבת אותיות מאכט מען דירעקט אין "טענקסגיווינג" ווייל "בני אדם פנויין ממלאכתן", און אזוי וועט מען קענען אויפטרייבן מער מענטשן צו שרייבן אותיות, און די מעמד מוצאי שבת ווען קינד און קייט זעננען עוועילעבל מיט צו טאנצן, און ..... ווינד און וויי, מיט די אלע בלאט און גוט מארגן פראפאגאנדע, די אלע קאלירטע פלאקאטן האט געהאלפן ווי א טויטן באנקעס, ס'האבן נישט אנגערוקט מער ווי א קנאפע 400 מענטשן (שוין ברייט גערעכנט) אריינגערעכנט בחורים..

ס'קען נישט זיין אז זיי האבן נישט קיין מענטשן אין וויליאמסבורג, ווייל רעסטלער האט דאך שוין בפירוש געזאגט אסאך מאל אז זיי האבן מיליאנען מענטשן ביי יעדע תפילה, אויב אזוי ווי זענען די אלע מיליאנען מענטשן ווען דער ס"ת איז לע"נ רבינו, און ס'גייט ארויס פון זייער רבי'ס הויז, און....... מוז זיין אז זיי פירן פשוט ווייטער א מערכה מיט'ן ברך משה אזוי ווי זיי עהאבן אים געהאסט און מבזה געווען אין זיינע לעצטע יארן, פירן זיי ווייטער א מלחמה מיט אים לאחר פטירתו לגנז"מ..

עםהארץל » 27/11/2011 21:21

נאך דעם אשכול וואס סעלפאן האט דא געעפענט פרייטיג, זענען די קעלבער שנעל געלאפן און אפגעטייפט א צעטל



[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 27/11/2011 21:23


עםהארץל » 27/11/2011 21:24

דער אינגעל וואס האט געווינען די זעקסטע הקפה קאפל איז באקרוינט מיט א שטריימל

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:23:55




תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:27:25


עםהארץל » 27/11/2011 21:25

נישט זיך שטיפען...

[בילד – נישט אפגעהיט]






תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:27:11


עםהארץל » 27/11/2011 21:27

דזשיגאן מאכט מיט די הענט אזוי ווי הירצקא שטיין לערנט אים
[בילד – נישט אפגעהיט]


עםהארץל » 27/11/2011 21:29

די אנגעזעצטקייט שיינט ארויס פון זיין פינסטערען פנים
[בילד – נישט אפגעהיט]


עםהארץל » 27/11/2011 21:31

די גאר נאנטע חאסידים לערנען זיך די דזשיגאן טאנץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:30:55


עםהארץל » 27/11/2011 21:41

די פאטאגראפערס זענען גרייט פרייטיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

סענעטאר » 27/11/2011 21:45

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:23:55




תוקן על ידי עםהארץל ב- 27/11/2011 21:27:25


‎​
 
מערקט אן דעם מסור ליעזאן רובין שפרינגענדיג צווישן דזשיגאן און מענדעלע.

oאטמארער » 28/11/2011 22:18

דער עם הארץ האט זיך אויסגעטון די ברילן ער זאל ח"ו נישט זען ווי מען מאכט בילדער

אבראהאם » 4/12/2011 03:39

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 ס'האבן נישט אנגערוקט מער ווי א קנאפע 400 מענטשן (שוין ברייט גערעכנט) אריינגערעכנט בחורים..



ווייסט איינער צי 400 מענטשן איז יא געווען צי דער נומער איז אויך איבער געשאצט ?
נאר איינער מיט קלארע אינפארמאציע זאל ענטפערן אין אן קיין קללות ביטע

דזשיגאן » 4/12/2011 04:18

א בילד פון די סעודה ברענג קודם ביטע.

אבראהאם » 4/12/2011 15:36

עפען אויף די וואך אויסגאבע בחור שא נא עניך וראה