היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הרחבת גבולי הקדושה: קיט''ל מאנטריאל גומר מקח אויף 2 גרויסע ב...

הרחבת גבולי הקדושה: קיט''ל מאנטריאל גומר מקח אויף 2 גרויסע ב...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927306

היראים » 25/11/2011 20:29

הרחבת גבולי הקדושה: קיט''ל מאנטריאל גומר מקח אויף 2 גרויסע בנינים

מסיבת לחיים לרגל גמר המקח אין קהלתינו הק' אין מאנטריאל

אצינד קומט דער פרייליכער באריכט, אז נאך איבערמידליכע ארבעט פון לאנגע וואכן אין חדשים, האבן קהלתינו הק' אין מאנטרעאל געשלאסן דעם מקח אויפן שכינות'דיגן בנין הארט נעבן בית מדרשינו המפואר בית שמואל בנימין, אין צוגאב צום בנין בית מדרשינו וועלכע ווערט געשלאסן מקח אין די איצטיגע טעג.

די צוויי בנינים אינאיינעם וועלן בעז"ה אוועקגעשטעלט ווערן אלס: צענטראלער מקום תורה ותפילה / הרחבה'דיגער ביהמ"ד החדש / עזרת נשים / היכל התורה מקוה מפוארה. לתפארת קהלתינו הקדושה!

לרגל די גרויסע שמחה פונעם גמר המקח איז נעכטן - דאנערשטאג פארקומען א גרויסארטיגער מעמד "מקח"ה של תורה" ומסיבת לחיים רבתי, בהיכל בית מדרשינו המפואר בית שמואל בנימין.

גביר_אדיר » 27/11/2011 15:45

בילדער ביטע, איך ווייס נישט וואס איז דאס בית שמואל בנימין, קענסטו ברענגען בילדער ביטע. אדער לפחות מסביר זיין קלארער, וואסא שייכות האט דאס מיט דעם אלטן בית המדרש פון אלע יארן. איז דאס דער זעלבער אדער עפעס אנדערש.

IAMSMART » 27/11/2011 19:47

לחיים ולשלום..די שאלה איז נאר פארוואס עס האט ענק גענימען 6 יאר איינציזהען אז רוב ציבר איז נישט מיט ענק