מער איינצעלהייטן וועט נאכפאלגן
מער איינצעלהייטן וועט נאכפאלגן
איצטעט וועט מען שרייבן איבער די איצטיגע סקאנדאל.
צו "אתרא קדישא" איז אנגעקומען מיט 3 וואכן צוריק א שוידערליכע ידיעה, אז און א צוויטן שטאט און אנדער עק שפאניע אין שטאט "לוסינא" האט מען אויסגעליידיגט פילע קברים, אן עקספערט וועלכער איז דארט אראפגעפארט האט געזען א מחזה נורא ומחריד ווי איבער 60 קברים איז אויסגעליידיגט געווארן, און זייערע עצמות זענען בארויבט געווארן.
ווי עס שטעלט זיך ארויס רעדט מען פונעם גרויסן אור-אלטן בית החיים ווי ווארשיינליך זענען דארט נטמן געווארן מיט פילע הונדערטער יארן צוריק ראשונים קדושי עליון אשר כל בית ישראל נשען אליהם עד עוצם היום הזה, ווי דער הייליגער רי"ף, ר' יהודה הלוי, מהרי"ץ גיאת, ר' שלמה אבן גבירול, און נאך ראשונים, און דער צווייטער בארג פונעם בית הקברות קעגן איבער זענען נטמן קדושי האומה עולי בבל וועלכע האבן זיך אוועקגעצויגן פון פומבדיתא און סורא קיין שפאניע ביי די תקופת הגאונים.
נאכן זיך ווענדן צו די ארטיגע ארכעלאגישע אינסטיטוט (די ארטיגע רשות העתיקות) האבן זיי באשטעטיגט אז זיי האבן עס שוין אויסגעגראבן מיט וואכן צוריק, און זיי האבן איינגעמאלדן די אידישע פעדערעישאן אז די עצמות זענען און זייער באזוץ אבער קיינער איז עס נישט געקומען אפנעמען.
עס האט געכאפט א שוידער פאר די פארשטייער פון "אתרא קדישא" ווען די ארכעלאגן האבן זיי געלאזט וויסן אז זיי האבן שוין מיט באלד פינעף יאר צוריק געגראבן אויפן ארט און עס ליגט ביי זיי א סאך עיצמות מיט הונדערטער סעקלעטאנען, און זיי האבן שוין מיט איבער 4 יאר צוריק איינגעמאלדן פאר די אידישע פעדערעישאן איבערדעם, וועלכע זענען ניטאמאל געקומען אפנעמען די עצמות.
איצט לאמיר ארויסברענגען די גודל הפשע.
אתרא קדישא האט מיט 4 יאר צוריק געלייגט א דרוק אז די אידישע פעדערעישאן און שפאניע זאלן נישט זיין די בעלי בתים אויף די בתי חיים'ס און שפאניע וויל עס רעדט זיך פון פושעים מחללי שבתות וועלכע וועלן מפקיר זיין אלע בי חיים פאר זייערע פריוואטע אינטרעסן, ווי עס איז ליידער געשעהן.
אבער אדמת קודש מיט די שלעזינגער'ס האבן פארשטאנען אנדערש אז מ'דארף שטיצן די פעדערעישאן און מ'דארף מיט זיי מאכן הסכמים און דערשטיקן די קול מחאה.
בשעת מ'האט באגראבן די עצמות הקדושים פון טאלעדא, האט די פעדערעישאן געזאגט אז זיי האבן באקומען אלע אלטע עצמות פון די ארכעלאגן און אלעס ווערט באגראבן צוזאמען מיט די לצים פון משפחת שלעזינגער מיט די צוויבלעך, אתרא קדישא האט אבער דאן געשריגן אז די פעדערעישאן זענען מייסטער שקרנים און עס אינטערסירט זיי נישט קיין בתי חיים, און זייערע סטעטימענט'ס אז אלעס האט מען זיי צוריקגעגעבן איז נישט מער ווי א כסות עינים מיט די אייניגע ציל צו בארואיגן די וועלט.
אבער אדמת קודש מיט די שלעזינגער ליצים האבן פארשטאנען אנדערש, און האבן גע'טענה'עט אז מ'קען זיי יא גלייבן וויי זיי גייען גאר אריבערפירן א געזעץ און די שפאנישע פארלאמנעט אז מ'טאר נישט גראבן קיין קברים (נישטא ווער עס זאל לאכן).
איצט שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא דאקומענטן (וועלכע וועט פארעפענטליכט ווערן און די קומענדיגע טעג) אז די פעדערעישאן האבן געוויסט דערפון אז די עצמות דארף מען באגראבן, און זיי האבן עס נישט געוואלט באגראבן ווייל עס אטינטערסירט זיי נישט קיין בתי חיים.
די מציאות איז ליידער: אז הרב אליקים שלעזינגער ובניו און אזוי אויך מאיר צוויבל און הירצקא צוויבל מיט בן ציון לאוב מיט דער מסור גערי שלעזינגער און דער משכיל שמואל ווידער וועלכע האבן געהאלפן די פעדערעישאן אין שפאניע ווערן די בעלי בתים אויף די ארטיגע בתי חיים'ס זענען שולדיג אינעם בזיון וחילול קברי הקדמונים, וכדי בזיון וקצף.
יעצט צו די שקרים פון אהרן יוסל פריעדמאן מיט בענצי לאוב וואס זיי שרייבן אין "כל העולם כולו".
1) הרה"ג ר' אלימלך שטערן שליט"א איז טאקע איצט און ארץ ישראל אבער ער איז געפארן צוליב א משפחה שמחה און נישט עפעס וועגן עפעס אנדערש
2) ר' אלימלך איז נישט געווען ביים ביד"צ העדה החרדית און נישט ביי הגר"נ קארעליץ, און עס האט קיינער נישט געבעטן הגר"נ קארעליץ א בריוו איבער דעם ענין
3) און די קומענדיגע טעג וועט ערשיינען אי"ה א קול קורא פון אלע גדולי ישראל ובתוכן פונעם ביד"צ החרדית צו ראטעווען דעם בית החיים העתיק אין לוסינא, און אז מ'זאל צוריק געבן די עצמות הקדושות לקבורה
תוקן על ידי סוג ב- 27/11/2011 04:27:56
.
תוקן על ידי סוג ב- 27/11/2011 23:34:50
תוקן על ידי סוג ב- 29/11/2011 05:33:19
תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/11/2011 00:20:49