היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » סבלנות! זיך איינגעהאלטן פינעוו יאר

סבלנות! זיך איינגעהאלטן פינעוו יאר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927020

געלעכטער » 24/11/2011 04:59

בתוך רבים אהללנו:
מיר מוזען דא באגריסען בשם כל הקהל הקודש די געוואלדיגע מדת הסבלנות פון דעם פערזאן אונטערען ניק: 'פשיהא' פארן געוואלדיגען מדת הסבלנות - וואס ער האט דאס ווארשיינליך געלערנט ביי רבו המובהק מרן מדזשיגאן ירום הודו - און ער האט זיך שלא כדרכו געקענט איינהאלטן קנאפע 5 יאר פון ארויס צו געבן די עכטע ליסטעס פון צענטראלע סאטמארער מוסדותינו הקדושים אין וויליאמסבורג תיכף נאך די טיילונג בשנת תשס"ז לפ"ק,

פשיהא שרייבט קראנטערהייט - אזוי קראנט ווי די סאוט 8 פערמיט איז ריוואקט... - אז עס איז דא 'נאר' 6,668 קינדער אין די מוסדות (נעבעך אזאלעכע אויסגעשפילטע לוזערס... אלעס איז נאך די עונש פארן טשעפענען מיט א מרא דאתרא...), קע"ה ווי מ'האלט שוין מיט ענק! גאנצע 5 יאר געדויערט צו פעיסען ריאלעטי... (האלט דיך אין די ראמען כ'האב נישט געזאגט חלה דעקלעך...)

כ'מיין אז דו קענסט שוין אנגרייטן דיין אשכול אויף 5 יאר ארום:

"א מגיפה ביי די תינוקת של רבן רח"ל! ראטעוועט!"

און וועט זיך ליינען ווי פאלגענד:

עס וואונדערט פארוואס מ'שווייגט, ווען לויט'ן חשבון פון דער איד אז עס לערנען שוין 14,000 פערצען טויזענט קינדער בליעה"ר ביי די 82 מוסדות, זענען רח"ל נעדר געווארן קרוב צו 5,000 פינעף טויזענט קינדער רח"ל אין א קורצע תקופה, ווייל איך האב באקומען די אמת'ע ליסטעס - פון פינעף יאר צוריק.. - און ס'לערנען נאר 9,000 ניין טויזענט קינדער (טאקע לוזער'ס)...

סעלפאן » 24/11/2011 05:15

איך פארשטיי נישט פארוואס איינער זאל אים נאך אפילו גלייבן וואס ער שרייבט, ווען איך געוואלט געווען מנהל פונעם פורום וואלט איך אים אויסגעשפארט פארן שרייבן אזויפיל שקר אז נאך ווען מען לאכט פון זיין נעכטיגע ליגנט אז די פערמיט איז ריוואוקד, קומט ער שוין מיט א פרישע ספין... אגב איז אינטערסאנט אנצומערקן ווי ער פרובירט צו באהאלטן אז די בנין פון קינגס טערעס "תהילות יואל" איז שוין אויך אקופירט דורך די ישיבה קטנה וואס איז היינט א וועלט פאר זיך פארמאגנדיג אריבער 600 בחורים בליעה"ר, טראץ וואס ער זיי האבן זיך געשוואוירן אז עס איז שוין באגראבן אין פאלאקס לאט צוזאמען מיט סאוט 8.
 
יא קינדערלעך חלומ'טס ווייטער...

עםהארץל » 24/11/2011 05:19

גארנישט אינטערעסאנט, ער שרייבט אלטע ליסטעס

סעלפאן » 27/11/2011 17:49

נו וואס נעמט אים אזוי לאנג ארויפצולייגן די ליסטע?

סענעטאר » 27/11/2011 18:36

רואיג! ער האלט דאס נאך אינמיטן אויפטייפן.