היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » העדה החרדית: עדיסאן באנקאטירטע פראייעקט ביי די"ת

העדה החרדית: עדיסאן באנקאטירטע פראייעקט ביי די"ת

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2924741

סוג » 13/11/2011 19:23

היינט האט זיך אנגעהויבן די מעכטיגע דין תורה איבער די ברייט באקאנטע באנקאטירטע "עדיסאן" פראייעקט אין ירושלים.


די תובעים זענען פילע יונגעלייט מאנ"ש אהרונים וועלכע האבן איינגדעצאלט געלט פאר זייערע דירות און זענען געבליבן אן קיין דירות.


די נתבעים שמואל זאנוויל פויגל, יצחק ראזענבערג, וועלכע ווערן געקלאגט מיטן בא'גנב'נען די דירות פון די יונגעלייט

די יסודי הטענות זענען, אז ביים קויפן די דירה האט מען  זיי צוגעזאגט בכתב אז די דירה גייט קאסטן 140 טויזענט דולר, ווייל סאטמאר און דער רבי ר' אהרן גייען בויען דירות ביליג, פונקט ווי מ'האט געבויעט אין קרית ויואל משה, און במציאות בעט מען זיי איצט פאר א דירה די פילע פרייז פון 340 טויזענט דולר, פונקט גענוי ווי עס קאסט א אייגענע דירה און די גאס.

יצחק ראזענבערג זאגט אז אויף אלע צעטלעך ווי עס שטייט אונטערגעשריבן שמואל זאנוויל פויגל, איז ווערט לצור עפ"י צלוחית, און ער ווייסט נישט ווער שמואל זאנוייל פויגל איחז, און ער האט קיינמאךל קיין צעטל נישט אונטערגעשריבן.


דער גרויסער ראבינער פון קרית יואל, האט געלאזט הערן אז ער מישט זיך נישט.


עםהארץל » 13/11/2011 19:27

ער לערענט יעצט מתוך

RESTLER » 13/11/2011 20:16

מזל טוב אידן, מזל טוב, עדיסאן האט שוין ווידער באנקראטירט, מען האלט יעצט ביים 38טן מאל באנקראט, דאס איז מיט איינס מער פון וויפיל הכתרות דער גז''ל האט געהאט,

מלך_מלכים » 13/11/2011 20:34

אין איינס ווייניגער פון וויפיל שארט קאטס קרית יואל האט

RESTLER » 13/11/2011 20:58

פארפאלן מיילעכל, האסט א קאפ אויף די אקסלען, גיט גענטפערט!

מלך_מלכים » 14/11/2011 16:49

וויי וויי, ביסט נישט אין די מאד היינט? איי רילי פיל בעד פאר יו

דאסטערס » 14/11/2011 20:29

וואס איז דאס עדיסאן, עפעס א שייכות מיט קאן עדיסאן?

RESTLER » 14/11/2011 22:05

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז דאס עדיסאן, עפעס א שייכות מיט קאן עדיסאן?

לאוו דווקא א שייכות נאר א נאנטער ענדליכקייט! קאן עדיסאן מאכט ברענען א באלב!, און עדיסאן מאכט ברענען די זאליס!!!

אוי! איך האב מורא אז ס'גייט שוין נאכאמאל באנקראטירן!

דאסטערס » 14/11/2011 23:15

די צוויי ווערטער "יסוד איתן" און "עדיסאן" קלינגט עפעס אייניג.