היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » רובין-רז"ב-מאטרא - א סצענע אין וומ"ס

רובין-רז"ב-מאטרא - א סצענע אין וומ"ס

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2924715
בלאט: 1 2

טאטעלע » 13/11/2011 17:57

א סצענע צום זען און צום געדענקען געווען היינט אין וויליאמסבורג.

אין די פרימארגן שעות, האט דער אלעמען באקאנטער און געשעצטער שר העסקנים והשתדלנים בדורינו, הרב החסיד השר ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, און זיין ארגאניזאציע יו. זשעי. או. געהאלטן א פרעסע קאנפערענץ וועגן די שאקירנדע העיט-קריים וואס האט זיך אפגעשפילט אין צענטער פון וויליאמסבורג בליל שבת קודש, ווען א טריאו פון דריי ערלים האבן באפאלן און צע'מזיק'ט א וואוילן פרידליכן איד וואס האט שפאצירט אויף דער גאס און אים ברוטאל צע'מזיק'ט די ביינער ביז'ן ברויכן אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.

היינט אינדערפרי האט די יו זשעי או פאררופן א פרעסע קאנפערענץ, צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון דער פרעסע צו דער פאסירונג, און אזוי ארום ערהאלטן מער פון די פאליצייאישע אינסטאנצן.

נו, איז דאך אלעס פיין.

איז אבער הרשעים והנואפים השקט לא יוכלו. ווען דער קליינער נואפ'ל, רך בשנים ואב בנואפות, ישעי' יצחק רובין, דער דורכגעפוילטער עפל וואס איז נישט געפאלן ווייט פון בוים, האט זיך ערוועקט אינדערפרי, האט ער אויף זיין (פינקע דאכט זיך) בלעקבערי ערהאלטן א מעסעדזש אז ס'קומט פאר א פרעסע קאנפערענץ אין וויליאמסבורג, מיט ערוויילטע באאמטע און מידיא פארשטייער, אן דעם וואס איינער זאל אפילו אנרופן זיין פאטער דער שר העסקנים, אדער איינער פון זיינע פארבינדעטע אין דער יוזשעיקעיר ע"ה, איינמעלדן דערוועגן, אדער הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

 איז דער מוזשיניקל פיפל געקומען צו רייסן מיט זיין קליינע קאר מיט וואס ער האט מיט עטליכע וואכן צוריק שיעור נישט דער'הרג'עט זיין כלה-שוועסטער, באוואפנט פון קאפ ביז די ציין מיט א פרעכטיגן סוועטער וואס האט אים געגיבן א שטאטסמאנישן אנזען, עטליכע בלעקבעריס און א פארגעשריטענע קעמערע. אין באגלייטונג פון.... יא איר האט צוגעטראפן דער שפאנישער מאטרא פון קעי זשעי, דער פרישער לעגענדארער סטאר ביי די ארוינים, וואס האט זיך ערוואבן א וואזשנער רעפוטאציע אלס אלמעכטיגער ספרדי, וואס אים קענען די מעכטיגסטע כוחות פון די שונאים נישט בייקומען.

הכלל, דער פון-זינען-צעדרייטער רובין, קומט אן און צו זיין שאק ענד או, האט מען פונקט דאן געענדיגט דעם ערפאלגרייכן און סוקסעספולן קאנפערענץ, ווען ר' משה דוד מיט זיין לשון לימודים און זעלטענע חן בעיני העמים והשרים, האט ארויסגעברענגט דעם ווייטאג איבער דער קרימינאליטעט און א רוף צו די אינסטאנצן מ'זאל זיך דערמיט געהעריג מטפל זיין.

שיעור נישט פארגעסן, צוזאמען מיט רובין איז מיטגעקומען ריעו ועמיתו, דער גייסטיג-צערידערטער נח"ש ראזענבערג ימח שמו וזכרו, וועלכער פירט אויך א מערכה מיט ר' משה דוד'ן, צוליב וואס לויט זיין צע'חוש'טן מח, האט ער געזאלט זיין דער אויסשליסליכער פארשטייער פון וויליאמסבורג, און אצינד, מיט די דריי מעכטיגע קרעפטן, מאטרא, רובין און ראזענבערג האט מען זיך גענומען פלאנירן א מעכטיגע אינוואזיע, אין וואס מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל צייגן די גאנצע וועלט, אז ר' אהרן איז יא רבן של כל בני הגולה ורב הצעיר בכל מקומות מושבותיהם.

געזאגט און געטון. רובין החזיר ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר הייבט אויף זיין פארשלאפענע שטימע אין א פארצווייפלטן געשריי: נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג!!! דאס האט געזאלט זיין דער ענדגילטיגער שאס אין דער יו. זשעי. או. רובין דרייט זיך אויס און ווארט צו באקומען עפעס א חיזוק, און.. ד'רעולם פלאצט אויס אין א הילכיג געלעכטער... דער זאגט, רובין דיין מאמע האט פארגעסן אירע פילן און זי דרייט איבער די שטוב, דו מוזט לויפן אהיים צו איר איידער ס'איז צו שפעט... דער צווייטער רופט זיך אן מיט שפאס: ניין, טאקע גערעכט, דו פארטרעסט וויליאמסבורג.... אזוי האט מען זיך פון דעם צעדרייטן יוגנטליכן גענומען טרייבן קאטאוועס און מ'האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.

די פרעסע לייט האבן געזען אז דער יונגאטש איז איינפאך א צערודערטער פערזאן, מיט ערנסטע דיסארדער אישוס, האבן זיך תיכף פון אים אוועקגעשארט און אפגעפיצט ווי פון פייער. דער אויסגעשפילטער פיפל האט נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטוען, האט ער זיך גענומען שרייען און בונטעווען און לויפן צו א צווייטן פרעסע-מאן, און דארט אנגעהויבן רעדן און קייען זיינע בויך-ווייטאג. ס'האט נישט גענומען לאנג און אויך אהין זענען אידן צוגעקומען און אויפגעקלערט די פרעסע אז דא האנדלט זיך פון אן איינזאמען משוגע'נעם, א געבוירענער צו פארדרייטע פערזאנען, און ס'איז איינפאך א בושה צו שטיין מיט אים אין ווארט.

מיט מאטרא ספרדי טמא האבן די פרעסע לייט, געבנדיג א קוק אויף זיין פרצוף, און שמעקנדיג זיין גערוך, אליינס פארשטאנען אז מיט אים רעדט מען נישט.

דאן איז געקומען די רייע אויף נח"ש, וועלכער שעלט צוזאם יעדן טאג זייער רבי'ן און זייער רב, מיט די ארגסטע השמצות און ניבול פה, אבער כדי צו טשעפען און 'אונטערברענגען' ר' משה דוד האט מען אויך דעם מטיף מסית ומדיח ארויסגענומען פון זאק. אה אה,, דא האט מער נישט געפעלט, דער פארזאמלטער ציבור האט דעם ראצענבערג אזוי מין באזינגען אז דער האט זיך גענומען לויפן און לויפט נאך יעצט בויען א מקוה אין די סאוט-קאוסט אוט אוו טאון.

והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 13/11/2011 19:23:46

קאפ_בז_פוס » 13/11/2011 18:18

זייענדיג אויף די סצענע ווייס איך אז דו ביסט גארנישט מגזם, דאך האב איך אויסגעשאסן עטליכע מאל ליינענדיג דיין תגובה, שרייב אפטער!

RESTLER » 13/11/2011 18:24

מיין אינפארמאציע איז אז משה דוד האט איינגענומען חרפות אין בישות, דער רובין האט עם געשטעלט אויפן פלאץ, ליינענדיג דיין תגובה זעט אויס אז ס'איז אמת, שרייב אפטער! ביזט אינז מחי'.

מלך_מלכים » 13/11/2011 18:26

דיין אינפארמאציע? [בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעלע » 13/11/2011 18:27

רובינקא זיסער, קודם א גוט מארגן....

צווייטנס, איז ר' משה דוד שוין נישט געווען אויפ'ן ארט ווען 'דער רובין האט אים געשטעלט אויפ'ן פלאץ'. ס'איז שוין לאנג פארטיג געווען.

איצט, קינד מיינס, ביזט גוט אפגעמוטשעט פון דער היינטיגער אקציע, לייג זיך זשע צוריק אביסל שלאפן, העל מיר רעדן שפעטער, איך לויף נישט אוועק.

הדלקה » 13/11/2011 18:30

רעסטלער טייערער, דיין תגובה האט מיר געמאכט דאפעלט אויסשיסן, ווער מיר נישט נעלם ווי דיינע קאלעגען, בלייב דא און זיי אונז מהנה מיט דיינע אינפארמאציע

סעלפאן » 13/11/2011 19:01

איין בקשה האב איך צו רבי משה דוד, ביטע מאך א פרעס קאנפערענץ מער אפטער, זאל זיך די וויליאמסבורג ציבור קענען נאכאמאל אונטערהאלטן מיט די גייסטיש צורידערטע יונגאטשעס, נאר קומענדיגע מאל זאל מען אויך מיטברענגען יאסי בראך עס וועט צוגעבען צו די שאו.
 
עס האט זיך אמאל געדרייט דא בילדער ווי רובין מיטן שיינע סוועטער דאווענט (?) מיט תפילין אין די קעי דזשעי דארמאטארי, עס וועלט כדי געווען איינער זאל עס אויפזיכן אז די ציבור זאל זעען פון וועם עס רעדט זיך דא.

עםהארץל » 13/11/2011 19:21

נישט פארגעסן פון יואלי בן משה בער לאנדא וואס איז אויך געקומען באשיינען דעם פרעסע קאנפערענס

זיין נאז האט מען געזען אויף אלע קעמרעס

מלך_מלכים » 13/11/2011 19:21

דאכט זיך מיר אז דאס איז דער פאציענט
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 13/11/2011 19:26:31

עםהארץל » 13/11/2011 19:29

דער איז עס, אבער זיין בארד איז שוין היפש קלענער, עס וואקסט אויף אריין מיט א מורא'דיגע שנעלקייט

תוקן על ידי עםהארץל ב- 13/11/2011 19:29:52

טאטעלע » 13/11/2011 19:37

כי כי כי, דער ניק משה גאבע איז אויפגעשטאנען פון שלאף, ער הערט שוין אז עפעס עקשאן איז געווען און בעט זיך מ'זאל אים אפדעיטן.

יאלא רעסטלער גיי ארויף און ברענג אים פון דיינע זיסע אפדעיטס פון דיינע אינפארמאציע פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען. שנעל, ווייל ער ווארט זייער צו הערן.

ביידען » 13/11/2011 19:52

טאטלע א קליינע טעות האסטו מיט דעם צודרייטן נח''ש
לויט ווי איינער האט מיר געזאגט הערט יענער נעבעך אויס דעם נחש און דער רא''ט איז דער איינציגסטער וועם דער נחש בארעדט נישט און נאכמער ער רימט אויס דעם רא''ט 
קען זיין פארדעם האט אים רובין מיט געברענגט
לא לחינם הולך וכו'

טאטעלע » 13/11/2011 20:03

אאפס, ויבוא פאפיטעס ויכריע. ויחלום ויקץ, און איז — א שיינע פאר שעה שפעט — אויפגעקומען מיט א פאנטאסטישע געשיכטע.

דאס וואס רעסטלער האט פריער נאר ברמיזה אנגעצייכנט, האט פאפיטעס אן רחמנות גראפיש ארויסגעשטעלט ופני הזאליס חפו...

יא פאפיטעס צוציק זיסער. עטס האטס טאקע רובין-מאטרא-רז"ב, און יעצט דיין צוגעלייגט פרישן נאמען, צימערמאן, אבער פארט בלייבט ר' משה דוד דער אנערקענטער אחריות'דיגער פארטרעטער פון וויליאמסבורג, און דער היינטיגער פרעסע קאנפערענץ, וואס איז פאריבער מיט ערפאלגרייכער סוקסעס, באשטעטיגט עס צום וויפילטן מאל.

'גארנישט' וועט ענק נישט העלפן. המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.

און... די פאליציי האט אנגערפן די עסקנים און זיי גאר שטארק באדאנקט.[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי טאטעלע ב- 13/11/2011 20:08:39

RESTLER » 13/11/2011 20:15

יא יא, דער רובין האט זיי גיט אריין געפליקט, די תגובות פליען ארום אביסל צו פארעכטן זייערע בישות, א גרויס פראבלעם אז ער דאווענט אן א רעקל, נאך אלץ בעסער פינעם זענטער וואס האט בכלל נישט געדאווענט אין זיינע יארן,

מלך_מלכים » 13/11/2011 20:36

פונעם זענטער ווייסעך נישט, אבער פון זיין פאטער וואס לייקנט אין באשעפער איז ער זיכער בעסער

RESTLER » 13/11/2011 20:59

וועמענס פאטער? דעם זענטערס? די ביזט א שייגץ חצוף ומחוצף.


תוקן על ידי RESTLER ב- 13/11/2011 21:05:37

RESTLER » 13/11/2011 21:09

אכן נודע הדבר, איך האב געהאט א פילינג אז רובין האט זיי געטרעטן אויף די הינער אויגן, פין א משוגענעם מאכט מען זיך נישט וויסענדיג, פין זייער ארטיקל האט איך פארשטאנען אז רובין א געמאכט א פאנטאסטיק דזשאב אראפ צו רייסן דעם משה דוד נידעלמאן, אין די פונקטליכע אינפארמאציע האט נישט געשפעטיגט צי קומען, קיקט נאר וואס עס שטייט אין כל האמת כולו:

התגרות באומות אפגעשטעלט - נידערמאן אנטלויפט!

היינט צופרי האט דער פאררעטער פון ווילי משה דוד נידערמאן, און זיין שותף דער משומד לעווין, גערופען א (פרעסע) העצע קאנפרענץ בשם תושבי וויליאמסבורג, צו העצן קעגן די ווילי פאליציי איבערן איבערפאל קעגן א אינגערמאן וואס איז פארגעקומען דעם שבת ביינאכט אויף ראסס סט.

כדרכו פון נידערמאן וואס איז דא בלויז אנצופילען זיינע טאשן, איז ווען ער קען נאר מאכן געלט איז ער דא, נאך יעדע פאסירונג וואס געשעהט אין ווילי טומעלט ער ארום, ווייל עס איז דא טעראריזעם פעדעראל גרענטס, וואס איז פאר געגענטער וואס ליידן פון טעראריזעם און די פאליציי קען זיך נישט אן עצה געבן, ממילא פרובירט ער צו מאכן נאך יעדע פאסירונג ווי א גרעסערע טומל און העצט קען די פאליציי און אזוי האפט ער צו מאכן די ריזיגע געלטער.

די פאליציי איז געפערליך בייז יעדע מאל ווען נידערמאן טוט דאס, ווי יעדער פארשטייט אליין איז די פאליציי בכלל נישט שולדיג, עס קען פאסירען איבעראל, און יעדער פארשטייט אז אויף ראסס סט. צווישען ליע און בעדפארד ברויך נישט די פאליציי אראפ שטעלן א פאליס מאן שטיין דארטן 24 שעה א טאג און 7 טאג א וואך...

איז איצט האט דער פאררעטער פון ווילי נידערמאן - וואס קיין איד האט נאך נישט נהנה געווען אין ווילי פון אים - טראץ וואס ער האט א אפיס פון 27 ארבעטערס, וואס ארבעטן פאר....??? נידערמאן'ס טאש!!!

איצט האט נידערמאן געריפען די פרעסע נעכטן נאכט אויף היינט צופרי 9:30 בשם תושבי ווילי, ווי מען גייט פארדאמען די פאליציי, רבנים, עסקנים, הצלה, וראשי קהלה, האבן געבעטען נידערמאן א גאנצע נאכט עס נישט צו טאן, און עס ברענגט נישט קיין שום ניצן, נאר אדרבה עס פארדארבט געפערליך, אזוי אויך האט דער אינגערמאן וואס איז געשלאגען געווארן אנגעריפען נעכטן נידערמאן אז ער זאל עס נישט מאכן בשום אופן, נידערמאן האט זיך געטאנהעט מיט אים און זיך געבעטען אז ער זאל קומען, ווען ער האט געזעהן אז עס גייט נישט האט ער געזאגט פארן אינגערמאן: אז ער גיט אים $2000 אז ער זאל קומען צו די (פרעסע) העצע קאנפרענץ, (און פארשטייט זיך אז דער אינגערמאן איז היינט נישט געווען ביים פרעסע קאנפרענץ).

נידערמאן איז היינט אנגעקומען צופרי ביי ליע און ראסס, און אנגעהויבען גיסן פעך און שוועבל אויף די ווילי פאליציי, מיט א שרעקליכע געמיינער התגרות באומות, תיכף האבן זיך ארגענעזירט תושבי וויליאמסבורג און אנגעהויבען אריין צו שרייען אז נידערמאן פארטערט נישט ווילי, און ער רעדט בלויז אין זיין נאמען צו מאכן א פאר דאלער, פון אלע זייטן האט זיך אנגעהויבען קולות, נחום ראבענבערג איז אויך ארויס געוואקסען און אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף נידערמאן.

ויבוא צימערמאן ער האט געשריגען אז נידערמאן און לעווין זענען חזירים וויל זיי שטיצען די חוקי תועבה, א צווייטער בני יואל האט ארויסגעשלפעט א סיין, נידערמאן פוי, ווייל ער האט נאנטשאפט מיט ציוניום, מעט קאנסיל וכו',

דער שונא ישראל לאפעז איז אנגעקומען אין דערמיט, זעהענדיג וואס עס גייט פאר איז ער געבליבען אין זיין קאר, און אפגעפיצט ווי די אויגן טראגן אים.

נידערמאן מיט זיינע חברים יוסעלע פליט און דער בעל עבירה (תשובה) אברהמי ברוין, האבן צוריק געשריגען קולות, שקצים.. נאציס... רשעים... און אלע מיאוסע ווערטער, דער עולם האט אבער געשריגען העכער, אזוי איז געווארן לעבעדיג, נידערמאן מיט לעווין האבן געכאפט פעק און אנטלאפען פון דארט מיט די נשמה אין די האנט.

אזוי האט מען אפגעשטעלט די שרעקליכע געמיינע התגרות באומות פון נידערמאן וואס וויל מאכן א פאר דאלער אפען חשבון פון תושבי וויליאמסבורג, די פאליציי האט ספעציעל אנגערופען די עסקנים און זיך גאר שטארק באדאנקט פאר זיי.


קליפ » 13/11/2011 22:07

קל_וחומר » 13/11/2011 22:12

קל_וחומר » 13/11/2011 22:25

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי קל_וחומר ב- 13/11/2011 22:28:54

קל_וחומר » 13/11/2011 22:39

דער אנטלאפענער נידערמאן!

קאפ_בז_פוס » 13/11/2011 22:46

און ווער איז דער מיט די מעטשינג וועסט?
[בילד – נישט אפגעהיט]

קל_וחומר » 13/11/2011 22:46

די פארשאלטענע פאליטישענס!
זיי האכן זיך בטעות געשטעלט לעבען דעם אפגעריסענעם ווייזער, און געלאזט נחום'ן דער פי האתון אין בעק ווי א וויידעל

געלעכטער » 13/11/2011 22:52

קומט זיך פאר אברהמי רובין ערליך אזא נחת נאך בחיים חיותו. ער האט דאך אלע יארן געהאפט און געשטרעבט אז זיינע קינדער וועלן אויסוואקסן גאסן שרייער'ס און פרעסע ווארטזאגער'ס, און ס'איז אים ווארשיינליך געלונגען נאר ביי דעם מוזשיניקעל.

סעלפאן » 14/11/2011 04:07

א ריכטיגע סעמפל פון ההולך בדרכי אבות, ער גייט אין די פיסטריט און טוט אקוראט וואס ער זעהט ביי זיין טאטע און מאמע לרפואה שלימה, וואס ביידע זענען גאסן שרייערס און נערווען קראנקע פערזאנען.

oאטמארער » 14/11/2011 04:22

א זיסע סצענע געווען, איך בין דורכגעפארן און געזען ווי דער רובין וויינט צו די פאליציי זיי זאלן נישט אומפאונדן זיין קאר ווייל עס איז געווען געפארקט אינמיטן די גאס

רובין האט געזוכט מאסרי זאל אוועקדרייוון דעם טראק מיט די צוריסענע סיין אבער סאם האו האט ער געמיינט די פאליציי זוכט אים און איז געלאפן זוכן א באהעלטעניש

RESTLER » 14/11/2011 04:27

רובין גייט ארום מיט א שמייכל, און נידעלמאן איז דערביטערט און שעלט רעכטס אין לינקס, מיר ווינטשן דעם נידעלמאן נאך אפאר אזעלעכע נצחונות.

סעלפאן » 14/11/2011 04:33

נו זאל ער קומען נאך עטליכע מאל, פארוואס קומט ער נישט אין ראדני נאכאמאל ברעכן שטענדערס? ער איז דאך דעמאלטס אויך געווען מיט א שמייכל.

RESTLER » 14/11/2011 05:25

ער גייט טאקע נישט אויף ראדני אין דאך שמייכלט ער, אבער דער גז''ל וואס איז געפלויגן פון בית המדרש החדש, אין קען נישט ליגן אין איין בית החיים מיט זיין טאטן  שרייט גנבים וחמסנים מיט בכיות נוראות,

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 06:48





תוקן על ידי קאפ_בז_פוס ב- 14/11/2011 06:58:35

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 06:48

דאסטערס » 14/11/2011 07:05

איך בין מוחה!!

פריינדליך » 14/11/2011 13:00

איך אויך.... ווענדט זיך אויף וואס...

סעלפאן » 14/11/2011 15:43

וועט דער בלאט די וואך אריינלייגן א באגריסונג פאר שייעלע רובין צו באגריסן די העראאישע ארבעט וואס איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס?

מלך_מלכים » 14/11/2011 16:36

רעסטלער, דו מאכסט בזיונות פאר דיינע קאלעגעס, וויש אפ דאס נאז, אין געגאנגען ווייטער, שוין געהערט אזאנס, ווייסט טאקע נישט וויאזוי צו עסן א דורעכפאל? איף יו קענט טעיק די היט, גיט אויט אף די קיטשען

RESTLER » 14/11/2011 16:49

דער בלאט דארף נישט לייגן קיין באגריסונג, די זאלי'ס טוהען דאס שוין אויף היידפארק,

לכתחילה ווען מען האט געזיכט איינעם צו קאנטערן דעם גנב משה דוד, האט מען געזיכט איינעם א גרויסן גנב כעין משה דוד, אין מען האט נישט געטראפן ווייל אלע גנבים זענען זאליס און רוב זיצן אין תפיסה, האט מען געזיכט איינעם וואס שרעקט זיך נישט פאר קיין שיקסעס,  ער רייכט זיי די האנד בלי שום בושה, און שרעקט זיך נישט פאר קיין נגיעת נשים, האבן מיר ווייטער נישט געטראפן, אלע באלאנגען במחנה הזאליס, דאס בעסטע און נענסטע וואס מיר האבן געטראפן איז ר' ישעי' יצחק רובין וואס האט מסכים געווען זיך לאזן אינטערוויואען פין א ריפארטערן, אבער נאר בעינים עצומות, אבער פארט איז ער דער נענסטער צו משה דוד'ס כאראקטער. די זאליס האבן געוואלט אז די אהרונים זאלן ארויס לייגן רבי חיים הערש גאלד אדער רבי נח גפן וכדומה, אקעגן משה דוד נידעלמאן, אבער מיר האבן צו געשטעלט דאס נענסטע וואס מיר האבן געקענט, רובין און ראזענבערג,    

מלך_מלכים » 14/11/2011 16:52

רעסטלער, חיים ווערצבערגער איז אינגאנצן אוועק צומאכן?

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 17:46

רעסטלער, דא האסטו א שטיקל אויסוואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

הדלקה » 14/11/2011 17:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 17:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 17:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפ_בז_פוס » 14/11/2011 17:54

RESTLER » 14/11/2011 18:03

קיין איינציגער קומט נישט נאנט צו דעם נידעריגן גנב משה דוד, דער נענסטער איז ר' ישעי' יצחק רובין, אבער אויך נישט עכט גלייך, קיינער פון די אלע וואלטן נישט געגעבן די האנט פאר א שיקסע ווי משה דוד האט געטון אין סיטי האל בפני עם ועדה, קיינער פון זיי וואלט נישט גערעדט אויפן טעלעפאן בעצם היום טוב בפני עם ועדה ווי משה האט געטון אויף ראדני קארנער בעדפארד,  

דאסטערס » 14/11/2011 18:12

קוקט מיר אויס ווי איינעם איז שטעקן געבליבן אין האלז עפעס קארטאפל וואס ר' משה דוד האט געטיילט לרחצה אויף פסח.

RESTLER » 14/11/2011 18:27

כא כא כא... משה דוד האט געטיילט קארטאפל אויף רחצה, דאס פארפאלאכטץ איז גערינען דערפון, מען האט דאס טאקע געקענט ניצן פאר רחצה, ווייל צו עסן ביי שלחן עורך האט ער נישט געגעבן קיין איין קארטאפל, עס איז נאר דא איין איינציגער מענטש (סארי איין איינציגער אומענטש) אין וויליאמסבורג וואס איז נהנה פון דעם נידעלמאן, און זיין נאמען איז משה דוד נידעלמאן.

דאסטערס » 14/11/2011 18:47

יו דזשעי או האט געטיילט קארטאפעל, און יו דזשעי קעיר האט געטיילט די שיינע סוועטערס וואס מאסרי רובין טראגן אויף זיך, האב איך עס ארויס ריכטיג?

RESTLER » 14/11/2011 18:55

גלייב מיר ווען מען גיט דיר א טשויעס פון פארפאלטע קארטאפל צו שיינע סוועטערס וואלסטו אויך גענומען א סוועטער.

דאסטערס » 14/11/2011 19:40

איך וואלט ענדערש גענומען פארפוילטע קארטאפל און עס דיר געווארפן אין פנים אריין!!

פשווארסק » 14/11/2011 20:32

קל_וחומר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]





נישט לייגן קיין אומאיידעלע בילדער. ההנהלה


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 14/11/2011 21:55:46

הדלקה » 14/11/2011 20:52

שיעור פארגעסן, ראביי שודריך - א גוטע חבר מיט רא"ט - ער קען זיכער טון די זשאב
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2