היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואלן רעזאלטס אין קרית יואל

וואלן רעזאלטס אין קרית יואל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2923912

ביז_אהער » 9/11/2011 07:18

די עיקר פייט איז געווען פאר מאנרא טאון קלערק, אנ"ש אינדארסט ביעמס האט באקומען 2,621 וואוטס, און די קעגנער קיסעל האט באקומען 411 וואוטס (ביעמס האט געוואנען אין טאון אויך)

ביי די טאון זשאזש איז געווען 2,586 וואוטס פאר סטיוו מיליגרעם, און 1,551 האבן נישט געוואוט, די בני יואל האט געהייסן נישט וואוטן.

אלעס אינאיינעם איז געווען כמעט 4,500 וואוטס

רעכטער » 9/11/2011 18:12

אלע לאקאלע קרית יואל אינדארסירטע קאנדידאטן האבן ב"ה געווינען זייערע פארמעסטן פאר פיר יעריגן טערמין.

טאון קלורק מרת ביעמס האט געווינען 4,074 שטימען (70%) קעגן די 1765 (30%) פאר די פראטעקט מאנרא קאנדידאט. ריכטער קאנדידאט מיליגראם האט באקומען 3966 (72%) קעגן 1576 (28%) שטימען פארן קעגנער. הייוועי סופעראינטענדענט קאנדידאט ענטאני ריזא האט באקומען 4,466 (63%) קעגן די צוויי קעגנער, דער פראטעקט מאנרא קאנדידאט דזשעימס גוליק 1472 (21%), און 1117 (16%) פארן דריטן קאנדידאט.

די צוויי קרית יואל אינדארסירטע קאונסיללייט האבן באקומען 5625 (40%) און 4913 (35%), קעגן דעם פראטעקט מאנרא קאנדידאט מקוועיטערס 2057 (15%) און דעם אנדערן קאנדידאט'ס 1373 (10%) שטימען.

תושבי קרית יואל געבן אפ א שבח והודאה פארן רבש"ע אז לא הניח שבט ברשע על גורל הצדיקים און די וואס ווילן אינטערברענגען דעם הייליגן שטאט קרית יואל וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעבויעט האבן ווידער פארלוירן זייער פארזוך צו חלילה אפשטעלן די הצלחה פונעם קרית מלך רב.

קרית יואל איינוואוינער זאגן א יישר כח איינער פארן צווייטען אז מען האט ב"ה באוויזן צו ווייזן פאר די פאליטישאנס אז מיטן העלפן קרית יואל דערלייגט מען נישט און קרית יואל איינוואוינער האבן די מדה פון הכרת הטוב פאר די וואס העלפן זיי ארויס.

הדו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.