ווי באקאנט איז סאטמאר געווארן צוטיילט אויף העלפט, יעדער האט היינט צוטאגס מוסדות און ישיבה, פלייש געשעפטן, א צייטונג, בתי מדרשים, טאקע איינער האט ווייניגער אויף איין פלאץ און דער צווייטער האט ווייניגער אויף יענע פלאץ, אבער פראצענטועל ווען מען קוקט מיט גראדע אויגן איבערצייגט מען זיך גלייך די קלארע און אמת'ע פאקט אז סאטמאר איז צוטיילט.
די פארגאנגענע זונטיג איז געווען א היסטארישע און פריידיגע טאג ביי אלע סאטמארע חסידים אלוועלטליך ווען די 'סאטמארע רבי'ס אייניקל האט א שידוך געטון', די שמחה איז געווען איבעראל, ביי ביידע פארטייען ווייל וואס הייסט די רבי'ס איידעם האט א שידוך געטון, איז דען דא א גרעסערע שמחה ווען די שלשלת הזהב פלעכט זיך ווייטער? מיר זינגען דאך אלע און הויעך ביי יעדע שמחה 'נחת און פרייד פונעם גאלדענעם קייט', יעדער ווערט פרייליך ווען די רבי טוט א שידוך איבערהויפט ווען עס אנהאלט א שיינע יחוס און ווי עס שטייט אז די נשמות פון די הייליגע זיידעס קומען פון גן עדן אנטייל נעמען אין די שמחה.
יעצט שטעלט איך פאר ווי גרויס וואלט געווען די שמחה ווען די צוויי סאטמארע אייניקלעך זענען זיך משדך צווישן זיך!
וואלט נישט געווען די שמחה אסאך אסאך גרעסער ווען מען זעהט צומארגנס פונעם שידוך שטייט אינעם לוח הציבור ביי די שידוכים אפטיילונג 'החתן חיים צבי בן הרה"ג יצחק ראזענעבערגער חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר עמב"ג הרה"ג חנוך העניך אשכנזי חדב"ן הגה"ק אדמו"ר מ'סאטמאר'!?
די חתונה מיט אלע צוגעהערן וואלט מען געקענט סאך גרינגער אויסשטעלן נישט דארפן זיכן 4 גיגאנטישע זאלן צו אקאמאדירן די מענער פון ביידע שמחות און די פרויען פון ביידע. נאר מען וואלט געקענט שטעלן די פרויען אין ביהמ"ד אויף פערצן הופפער סטריט, די מענער אין ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, די שמחה וואלט געווען גרויס אז יעדער איז צופרידן אז 'מיין' רבי האט ראדני!.
עס וואלט אפשר געווען א פראבלעם איבער ווי אזוי צו שרייבן אויף די אויג פארכאפענדע סיין וואס וועט באצירן דעם אויבן אן צו מען זאל שרייבן ברכת מזל לכ"ק רבינו שליט"א אדער כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אבער איך גלייב מען וואלט עס געקענט אויסארבעטן אויף א אופן אז יעדער זאל זיין צופרידן.
די רבנים ווי איבעראל וואלטן זיך אייגעשפארט אסאך צייט מיטן נישט דארפן פארן צו צוויי שמחות, שטעלט זיך פאר די גרויסע שמחה ווען מען זעהט ווי הרב החסיד מאיר ראטה און הרה"ח משה פאלקאוויטש זיצן אונאיינעם און יענקעלע גליק דארף נאר קומען איינמאל, בחצרות סאטמאר וואלט געהאט הילף צוצופיצן די בילדער און זיך איינשפארן צייט, און עגמת נפש ווייל ווי נאר מען וועט זעהן עס איז פאטא שאפ וועלן זיי עס מיט רעכט קענען ארויפלייגן אויף די אנדערע פארטיי.
שלום סאנדל וואלט זיך נישט געדארפט מיטשן איינצוהאנדלען נאך ספיקערס וואס זאלן גראגען אין די אויערן פון די זעכציג טויזענט באטייליגטע וואס שטיין צונויפגעפרעסט אין הונדערט זיבן די פאראנהייט טעמפעטשור, אסאך ליילעכער וואלט מען איינגעשפארט פון דארפן אויסשפרייטן איבער די עלעקטעריק שטאנגען, די ליפט פון די פארסמט'ע ניו יארקע גאסן וואלטן געווען ריינער נישט אנפולנדיג די ליפט מיט געז פון די געז סטעישאן'ס וואס ווארטן שוין אז די גרויסע פלאטעס מיט געלע באסעס זאלן טראגן און ברענגען די גרויסע מאסן וואס שטראמען צו אקאמאדירן די חתונה זאלן, עס וואלט איינגעשפארט שווערע שווערע געלטער פאר די מוסדות ספעציעל יעצט אין די חתונה תקנות עפאכע איז עס קריטיש וויכטיג נישט צו פארשווענדן אידישע געלט און אנפילן די קעשענעס פון די אראבישע באנדיטן וואס ווילן אונז אלע אויפעסן לעבעדיגערהייט.
אויך וואלט עס איינגעשפארט אסאך ביטול תורה ווייל מען וועט דאך נישט זיצן אזוי לאנג אויף היידפארק ציילן די שווארצע פינטעלעך ווי עס איז געווען מער מענטשן, אויך די רויטע טינט וואס וואקסט דאך נישט דא ביי אונז אין בעקיארד איז נישט קיין מצוה זיך צו ווארפן דערמיט און פירקלען אויף יעדע בילד!
די קרית יואל סוער וואלט נישט געהאט א פראבלעם נאר איינמאל מיט די גאלאנען וואסער וואס וועלן שטראמען פון די שויערס נאך די חתונות.