פאר קרית יואל איינוואוינער איז באמת איבריג צו מסביר זיין דאס וויכטיגקייט פון יעדע איינציגע שטימע, ווען יעדער זעהט בחוש וויאזוי קרית יואל קען בעז"ה זיך ווייטער בויען לשם ולתפארת טראץ די געואלדיגע אנטי קרית יואל גייסט פון די ארומיגע שכנים.
יעדער פאליטישאן וואלט געשטאנען די ווייטסטע וואס מעגליך פון קרית יואל ווען נישט דעם שטארקן בלאק וואוט וואס איז די איינציגסטער שפראך וואס יעדער פאליטישאן פארשטייט, און איז איינציגע מיטל וואס העלפט נישט בלויז אז די קרית יואל איינוואוינער זאלן נישט צודריקט ווערן, נאר דאס ברענגט נאך אז די פאליטישאנס זאלן פרובירן צו העלפן קרית יואל ווען עס פעלט אויס, כדי צו באקומען איר בלאק וואוט.
עס איז די ציל פון יעדן תושב פון קרית יואל אז דער טאון הייוועי סופעראינטענדענט זאלן שפירן א פרעזענליכן פליכט צו אויפרוימען די שניי אויף קרית יואל'ע גאסן אין צייט, און ווען א קרית יואל איינוואוינער ברויך זיך שטעלן צום טאון ריכטער זאל דער ריכטער שפירן אז ער האט א פליכט פאר די וואס האבן אים אריינגעברענגט און האנדלען מיט יושר, און עס איז דער ציל פון יעדן תושב קרית יואל אז טאון קלערק מרת ביעמס זאל ווייטער שטיין צו די האנט פון קרית יואל טראץ די שטארקע פראטעקט מאנרא קאמפיין קעגן איר.
זאל ווען נעמען עטליכע שעה אדער מער אפצוגעבן א שטימע, וואלט מען דאס אויך געברויכט אוועקגעבן פאר די פאליטישאנס וואס פארשטייען בלויז דעם שפראך. ווען איר געבט אוועק די געציילטע מינוטן גיט איר דאס נישט בלויז פאר אייך, נאר אויך פאר אלע אייערע גוטע פריינט און משפחה מיטגלידער, מיט וואס איר קענט שפארן טויזענטער דאלארן און טויזענטער שעות השתדלות ווי מען זעהט טאג טעגליך.
מיטן טון דאס קליינע השתלות וואס מיר קענען אין דעם ביטערן גלות און מנדב די געציילטע מינוט און זיכער מאכן אז יעדע איינע שטים בארעכטיגטע אין שטוב זאל אוועקגעבן דאס ביסעלע צייט פאר די זיך און אנדערע אידן, איז דאס א גערענטי אז ווען קרית יואל זאל דערגרייכן סיי וואס פאר א הילף בכלל אדער פרעזענליכע הילף פאר א יחיד בפרט, וועט איר קענען דאנקן דעם רבש"ע אז איר האט געהאט א חלק דערינען.
תושבי קרית יואל, נעמט דאס נישט פאר לייכט און שטייט נישט אין די זייט מיט פארלייגטע הענט מיטן געדאנק אז מיין שטימע וועט נישט אויסמאכן. יעדע שטימע ציילט, און נעמט די עטליכע מינוטן פאר 'אייך'.



