אוי באשעפער וויפיל איז די שיעור?! מען איז קוים ארויס פון די הייליגע טעג ווען כלל ישראל מיט האפענונג אז מען האט געפועל'ט אלעס גוטס, אבער ליידער גייט נישט כמעט דורך א טאג וואס מען זאל נישט הערן פרישע אויפשוידערנדע פאסירונגען.
דאנערשטיג איז א קליין קינד נעבעך דערטראנקן געווארן אין ארץ ישראל, אין לעיקוואד איז א קינד דערשטיקט געווארן צום טויט רח"ל דורך א שפילצייג, אין מאנסי איז א קינד נעבעך אומגעקומען אויפן וועג צום חדר, די נאכט זענען צוויי בחורים ל"ע אומגעקומען אין א פאטאלע עקסידענט אויפן i84 ווען זייער ווען אויפן וועג צו ישיבה האט זיך איבערגעדרייט מיט 11 בחורים דערין, און נאך צוויי געפינען זיך אין א גאר קריטישע מצב.
הייליגע באשעפער וויפיל איז דער שיעור? דאס יאר האט זיך אנגעהויבן זייער זייער ביטער, אנגעפאנגן ביי די שרעקליכע פייער ווי א בית מקדש מעט איז פארברענט געווערן מיטנעמענדיג אין זיך א ערך פון הונדערט הייליגע תפילין, דערנאך די נאכאנאנדע פעטש אין די קעיס להצלת רובאשקין, אזוי קען מען שרייבן ליידער א לאנגע ליסט פון קלעפ וואס כלל ישראל האט שוין געכאפט אינעם ערשטע חודש פונעם נייע יאר.

תוקן על ידי סעלפאן ב- 07/11/2011 20:26:14