היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנו רצים והם רצים: דזשיגאן שיקט כוס של ברכה פאר די לויפערס

אנו רצים והם רצים: דזשיגאן שיקט כוס של ברכה פאר די לויפערס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2923451

עםהארץל » 7/11/2011 05:06

 
היינט אינדערפרי האט וויליאמסבורג בייגעוואוינט א קאמיש בילד. דער אלטער אפיציעלער שליח והולך לערכאות יוסי בראך, איז ווידערמאל ארויסגעשיקט געווארן אויף די גאסן בשליחות פונעם דזשיגאן עם הארץ, און דאס מאל צו טיילן כוס של ברכה פאר די לויפערס פונעם ניו יארק מערעטאן.

דער דזשיגאן עם הארץ האט נעכטן ארויסגעגעבן א באפעל אז להגדיל שמו ולמען דעת כל עמי הארץ, זאל מען טיילן זיין כוס של ברכה פאר די לויפערס פונעם מערעטאן, כדי זיי זאלן וויסן אז ער איז טאקע דער רב הצעיר ואב"ד קהלות הקדושות בכל אתר ואתר. די שטוב מענטשן האבן פרובירט אפצורעדן דזשיגאן פון דעם מאדנע פארלאנג, אבער והוא באחד. באין ברירה האט מען צוריק ארויסגענומען פון שאפע דעם אלטן שליח און פארטרעטער פון דזשיגאן ביי די גוים, יוסי בראך, און מ'האט אים באאויפטראגט מיט די הייליגע מיסיע פון טיילן כוס של ברכה פאר די לויפערס. דער שליח האט טאקע ממלא געווען דעם שליחות מיט א גרויס געניטשאפט, און האט ערליך פארטיילט די פלעשלעך כוס של ברכה פאר די לויפערס.

דא האט איר די בילדער פונעם "מעמד חלוקת כוס של ברכה" פון דזשיגאן פאר די לויפערס.



[בילד – נישט אפגעהיט]

דאסטערס » 7/11/2011 06:55

ווארט נאר. אין בלאט וועט זיין דאס בילד מיט די ווערטער "הרצים יצאו דחופים בדבר המלך"...

סעלפאן » 7/11/2011 07:20

וואס איז נייעס.... מתתי' דייטש טיילט קאפלעך פונעם דזשיגאן עם הארץ, יאסי בראך טיילט כוס של ברכה, נעקסט וועט אברמי רובין פארטיילן שוואנצעס פון די חנוכה שטריימעל וואס דער דזשיגאן האט אנגעהאט יארן צוריק...

עםהארץל » 7/11/2011 21:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 7/11/2011 21:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 7/11/2011 21:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 7/11/2011 21:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

הנגיד_רבי » 7/11/2011 23:10

האהא
עםהארצ'ל:
יו מעיד מיי דעי!