בית מדרשינו החדש אין לעיקוואד געעפענט בשטומ"צ
ווי שוין באריכטעט בעפאר יו"ט האבן די הנהלת ועסקני קהלתינו הק' אין לעיקוואד זיך אריינגעווארפן און צוגעלייגט א רינגעלע אינע'ם קייט פון מלכות סאטמאר אומעטום – מיט'ן מייסד זיין נאך א ביהמ"ד דקהלתינו אין לעיקוואד צוליב'ן וואוקס פונעם ציבור אנ"ש בליעה"ר אין די נייע געגענטער פון "ברוק הילל" און "וויספערינג פיינס" געגענטער אין לעיקוואד.
פארגאנגענעם שב"ק פ' נח – ר"ח חשון העעל"ט איז פאהרגעקומען דער "פתיחת שערים" מיט'ן עפענונג פונעם היכל הביהמ"ד החדש בס"ד צו וועלכען עס איז זיך בליעה"ר צונויף געקומען א גרויסער ציבור אנ"ש בלעיה"ק תושבים פון די געגנט און ארום.
לקראת דעם עפענונג פונעם ביהמ"ד זענען די הנהלת הביהמ"ד אריין אל הקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג העעל"ט ווי דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן דברי דרכה און די תקנות ליסוד הביהמ"ד און דערביי מאציל געווען ברכת קדשו.
לכבוד דעם געלעגנהייט איז הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד ובעמח"ס לחמי אבירים אריבער געקומען וויילן אין דעם געגענט אויף שב"ק ביי חתנו הר"ר משה פאנעטה שליט"א און דער רב שליט"א האט באשיינט אלע תפילות אין ביהמ"ד החדש.
ספעציעל איז געקומען צו פאהרן אויף שב"ק הרבני החסיד מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בבארא פארק פאטער פון מוה"ר ישראל הי"ו מראה"ק אין לעיקוואד וממייסדי ביהמ"ד החדש, וועלכער האט מנדב געווען דעם פראכטפולן אוצר הספרים "אוצר ישעי' אשר" לע"נ זיין פאטער הרה"ח המרומם מוה"ר ישעי' אשר וועלץ ז"ל.
א גאהר שיינער און אומערוואטעטער ציבור קע"ה האט זיך באוויזן דוירכאויס דעם שב"ק ביי די תפילות און ספעציעל ביי סעודת שלישית ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי התעוררות לרגל המאורע.
דאס ביהמ"ד שטייט שוין שוין צום דינסט פאר אנ"ש אלס מקום תורה ותפילה ברוב פאר והדר.
-מזמור שיר חנוכת הבית-
•♦•